Skip to content
Opens in a new window

[1] איך בין געװען צו דערבעטן פֿאַר די װאָס האָבן נישט געפֿרעגט; איך בין געװען צו געפֿינען פֿאַר די װאָס האָבן מיך נישט געזוכט; איך האָב געזאָגט: דאָ בין איך, דאָ בין איך! צו אַ פֿאָלק װאָס רופֿט זיך נישט אױף מײַן נאָמען.

[2] איך האָב אױסגעשפּרײט מײַנע הענט אַ גאַנצן טאָג צו אַ פֿאָלק אַן אָפּקערער װאָס גײט אױפֿן נישט גוטן װעג, נאָך די טראַכטונגען זײערע;

[3] צו אַ פֿאָלק װאָס דערצערנט מיך אין מײַן פּנים נאָכאַנאַנד; װאָס שלאַכטן אין די גערטנער, און רײכערן אױף די ציגל;

[4] װאָס זיצן צװישן די קבֿרים, און אין באַהעלטענישן נעכטיקן זײ; װאָס עסן פֿלײש פֿון חזיר, און זופּ פֿון אומװערדיקײטן איז אין זײערע כּלים;

[5] װאָס זאָגן: רוק דיך אָפּ, זאָלסט נישט גענענען צו מיר, װאָרעם איך בין דיר הײליק. די דאָזיקע זײַנען אַ רױך אין מײַן נאָז, אַ פֿײַער װאָס ברענט אַ גאַנצן טאָג.

[6] זע, אױפֿגעשריבן איז דאָס פֿאַר מיר; איך װעל נישט שװײַגן סײַדן איך האָב אָפּגעצאָלט, יאָ, אָפּגעצאָלט אין זײער בוזעם,

[7] אײַערע זינד אין אײנעם מיט די זינד פֿון אײַערע עלטערן, זאָגט ה׳, װאָס האָבן גערײכערט אױף די בערג, און אױף די הײכן מיך געלעסטערט; דערום װעל איך אָפּמעסטן צוערשט זײער לױט אין זײער בוזעם.

[8] אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: אַזױ װי אַז דער װײַן געפֿינט זיך אין הענגל, זאָגט מען: זאָלסט עס נישט צעשטערן, װאָרעם אַ בענטשונג איז אין אים; אַזױ װעל איך טאָן פֿון װעגן מײַנע קנעכט, נישט צו צעשטערן אין גאַנצן.

[9] און איך װעל אַרױסברענגען פֿון יעקבֿ אַ זאָמען, און פֿון יהוּדה דעם יוֹרש פֿון מײַנע בערג; און ירשען װעלן עס מײַנע אױסדערװײלטע, און מײַנע קנעכט װעלן דאָרט װױנען.

[10] און דער שָרוֹן װעט זײַן פֿאַר אַ פֿיטערפּלאַץ פֿון שאָף, און דער טאָל עָכוֹר פֿאַר אַ הױערונג פֿון רינדער, פֿאַר מײַן פֿאָלק װאָס האָט מיך געזוכט.

[11] אָבער איר װאָס פֿאַרלאָזט ה׳, װאָס פֿאַרגעסט אָן מײַן הײליקן באַרג, װאָס גרײט אַ טיש צום מזל, און פֿילט אָן אַ מישטראַנק צום באַשער,

[12] איך װעל אײַך באַשערן צום שװערד, און איר אַלע װעט קניִען צו דער שחיטה; װײַל איך האָב גערופֿן און איר האָט נישט געענטפֿערט, גערעדט, און איר האָט נישט געהערט; נאָר איר האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין מײַנע אױגן, און װאָס איך האָב נישט געװאָלט, האָט איר אױסגעװײלט.

[13] דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט: זע, מײַנע קנעכט װעלן עסן, און איר װעט זײַן הונגעריק; זע, מײַנע קנעכט װעלן טרינקען, און איר װעט זײַן דאָרשטיק; זע, מײַנע קנעכט װעלן זיך פֿרײען, און איר װעט פֿאַרשעמט װערן.

[14] זע, מײַנע קנעכט װעלן זינגען פֿון האַרצפֿרײד, און איר װעט שרײַען פֿון האַרצװײ, און פֿון אַ צעבראָכן געמיט װעט איר יאָמערן.

[15] און איר װעט לאָזן אײַער נאָמען פֿאַר אַ קללה צו מײַנע אױסדערװײלטע: אַזױ זאָל אֲדֹנָי ה׳ דיך טײטן! און זײַנע קנעכט װעט ער רופֿן אַן אַנדער נאָמען;

[16] אַז דער װאָס בענטשט זיך אױף דער ערד, װעט זיך בענטשן בײַם אלֹקים פֿון אמת, און דער װאָס שװערט אױף דער ערד, װעט שװערן בײַם אלֹקים פֿון אמת; װײַל פֿאַרגעסן זײַנען די פֿריִערדיקע צרות, און װײַל זײ זײַנען פֿאַרבאָרגן פֿון מײַנע אױגן.

[17] װאָרעם זע, איך באַשאַף הימלען נײַע, און אַן ערד אַ נײַע; און דאָס פֿריִערדיקע װעט נישט געדאַכט װערן, און אױפֿן זינען נישט אין דעם האַרץ אױפֿקומען.

[18] נאָר זײַט לוסטיק און פֿרײט זיך ביז אײביק מיט דעם װאָס איך באַשאַף; װאָרעם זע, איך באַשאַף ירושָלַיִם פֿאַר אַ לוסטיקײט, און איר פֿאָלק פֿאַר אַ פֿרײד.

[19] און איך װעל זיך פֿרײען מיט ירושָלַיִם, און װעל לוסטיק זײַן מיט מײַן פֿאָלק; און נישט געהערט װערן װעט אין איר מער אַ קֹול פֿון געװײן, און אַ קֹול פֿון געשרײ.

[20] מער װעט נישט זײַן פֿון דאָרטן אַ קינד אין טעג, אָדער אַ זקן, װאָס װעט נישט דערפֿילן זײַנע טעג; װאָרעם דער ייִנגסטער װעט צו הונדערט יאָר שטאַרבן, און אַ זינדיקער װעט מיט הונדערט יאָר געשאָלטן װערן.

[21] און זײ װעלן בױען הײַזער און באַװױנען, און פֿלאַנצן װײַנגערטנער און עסן זײער פֿרוכט.

[22] זײ װעלן נישט בױען, און אַן אַנדערער זאָל באַװױנען, זײ װעלן נישט פֿלאַנצן, און אַן אַנדערער זאָל עסן; װאָרעם אַזױ װי די טעג פֿון אַ בױם װעלן זײַן די טעג פֿון מײַן פֿאָלק, און מײַנע אױסדערװײלטע װעלן פֿאַרנוצן דאָס װערק פֿון זײערע הענט.

[23] זײ װעלן זיך נישט מיען אומנישט, זײ װעלן נישט געבערן פֿאַר אַ בהלה, װאָרעם אַ זאָמען געבענטשט פֿון ה׳ זײַנען זײ, און זײערע שפּראָצן מיט זײ.

[24] און עס װעט זײַן, אײדער זײ רופֿן, װעל איך ענטפֿערן, װי זײ רעדן נאָך, אַזױ װעל איך צוהערן.

[25] אַ װאָלף און אַ לאַם װעלן זיך פֿיטערן אין אײנעם, און אַ לײב װעט װי אַ רינד עסן שטרױ; און אַ שלאַנג – איר שפּײַז װעט זײַן שטױב; זײ װעלן נישט בײז טאָן און נישט פֿאַרדאַרבן אױף מײַן גאַנצן הײליקן באַרג, זאָגט ה׳.

יְשַעְיָה — Chapters