Skip to content
Opens in a new window

[1] דער גײַסט פֿון אֲדֹנָי ה׳ איז אױף מיר, װײַל ה׳ האָט מיך געזאַלבט צו ברענגען בשׂורה צו די פֿאַרליטענע; מיך געשיקט צו פֿאַרבינדן די צעבראָכענע הערצער, אױסצורופֿן פֿרײַשאַפֿט צו די געפֿאַנגענע, און לױזלאָזונג צו די געבונדענע;

[2] אױסצורופֿן אַ יאָר פֿון באַװיליקונג פֿון ה׳, און אַ טאָג פֿון נקמה פֿון אלוקינו; צו טרײסטן אַלע טרױערער;

[3] צו באַשערן די טרױערער פֿון צִיוֹן, זײ צו געבן אַ הױב אַנשטאָט שטױב, אײל פֿון פֿרײד אַנשטאָט טרױער, אַ מאַנטל פֿון לױב אַנשטאָט אַ באַטריבט געמיט; און מע װעט זײ רופֿן די אײכנבײמער פֿון גערעכטיקײט, די פֿלאַנצונג פֿון ה׳ זיך צום רימען.

[4] און זײ װעלן אָפּבױען אײביקע חורבֿות, װיסטענישן פֿון פֿאַרצײַטן װעלן זײ אױפֿריכטן, און זײ װעלן באַנײַען חרבֿע שטעט, װיסטענישן פֿון דור-דורות.

[5] און פֿרעמדע װעלן שטײן און פֿיטערן אײַערע שאָף, און פֿרעמדגעבאָרענע װעלן זײַן אײַערע אַקערלײַט און אײַערע װײַנגערטנירער.

[6] און איר װעט כּהנים פֿון ה׳ גערופֿן װערן, דינער פֿון אלוקינו װעט געזאָגט װערן אױף אײַך. דעם פֿאַרמעג פֿון די פֿעלקער װעט איר עסן, און זײער פּראַכט װעט איר איבערנעמען.

[7] פֿאַר אײַער טאָפּעלער בושה, און װײַל מע פֿלעגט זינגען: שאַנד איז זײער חלק, דערום װעלן זײ יַרשען טאָפּל אין זײער לאַנד; אַן אײביקע פֿרײד װעט בײַ זײ זײַן.

[8] װאָרעם איך ה׳ האָב ליב גערעכטיקײט; איך האָב פֿײַנט גזלה מיט אומרעכט, און איך װעל געבן װאָרהאַפֿטיק זײער לױן, און אַן אײביקן ברית װעל איך זײ שליסן.

[9] און באַװוּסט בײַ די פֿעלקער װעט זײַן זײער זאָמען, און זײערע שפּראָצן צװישן די אומות; אַלע װאָס זעען זײ װעלן זײ דערקענען, אַז זײ זײַנען דער זאָמען װאָס ה׳ האָט געבענטשט.

[10] פֿרײען פֿרײ איך זיך מיט ה׳, לוסטיק איז מײַן זעל מיט מײַן ג-ט, װאָרעם ער האָט מיר אָנגעטאָן קלײדער פֿון הילף, אַ מאַנטל פֿון גערעכטיקײט מיר אַרומגעװיקלט, װי אַ חתן טוט אָן אַ כּהן-הױב, און װי אַ כּלה צירט זיך אָן מיט אירע תַּכשיטין.

[11] װאָרעם װי די ערד לאָזט אַרױס איר שפּראָצונג, און װי אַ גאָרטן מאַכט שפּראָצן זײַנע זאָמען, אַזױ װעט אֲדֹנָי ה׳ מאַכן שפּראָצן זיג און לױב, אַנטקעגן פֿאַר אַלע פֿעלקער.

יְשַעְיָה — Chapters