Skip to content
Opens in a new window

[1] נישט פֿרײען זאָלסטו זיך, יִשׂרָאֵל, מיט שׂימחה אַזױ װי די פֿעלקער, װאָרעם האָסט זיך אָפּגעקערט פֿון דײַן ג-ט, האָסט ליב געהאַט זוֹנה-לױן אױף אַלע תּבֿואה דרעש-שײַער.

[2] דער דרעש-שײַער און דער קעלטער װעט זײ נישט שפּײַזן, און דער פֿרישװײַן װעט פֿעלשן אָן זײ.

[3] זײ װעלן נישט זיצן אין לאַנד פֿון ה׳, און אפֿרים װעט זיך קײן מִצרַיִם אומקערן, און אין אשור װעלן זײ אומרײנס עסן.

[4] זײ װעלן נישט גיסן צו ה׳ װײַן, און נישט אָנגעלײגט װעלן אים זײַן זײערע שלאַכטאָפּפֿער, אַזױ װי ברױט פֿון אַבֿלות װעט עס זײ זײַן, אַלע װאָס עסן עס װעלן זיך פֿאַראומרײניקן; װאָרעם זײער ברױט װעט זײַן פֿאַר זײער לײַב, עס װעט נישט קומען אין הױז פֿון ה׳.

[5] װאָס װעט איר טאָן אין אַ יוֹם-טובֿ, און אין אַ פֿײַערטאָג פֿון ה׳?

[6] װאָרעם זע, זײ זײַנען אַװעק פֿון דעם בראָך, װעט מִצרַיִם זײ אײַנזאַמלען, מוֹף װעט זײ באַגראָבן; די שאַצן פֿון זײער זילבער, זײ װעט שטעכגעװעקס ירשען, דערנער װעלן זײַן אין זײערע געצעלטן.

[7] געקומען זײַנען די טעג פֿון רעכנשאַפֿט, געקומען די טעג פֿון באַצאָלונג; געװאָר װערן װעט יִשׂרָאֵל. אַ נאַר איז דער נבֿיא, משוגע איז דער מאַן פֿון גײַסט! פֿון װעגן דײַן גרױס זינד, און װײַל גרױס איז די פֿײַנטשאַפֿט.

[8] דער װעכטער פֿון אפֿרים איז מיט מײַן ג-ט, דעם נבֿיא שטעלט ער אַ פּאַסטקע אױף אַלע זײַנע װעגן, פֿײַנטשאַפֿט אין הױז פֿון זײַן ג-ט.

[9] טיף פֿאַרדאָרבן זײַנען זײ, אַזױ װי אין די טעג פֿון גִבֿעָה; ער װעט געדענקען זײער פֿאַרברעך, ער װעט רעכענען זײערע זינד.

[10] װי װײַנטרױבן אין מדבר האָב איך געפֿונען יִשׂרָאֵל, װי אַן ערשטפֿרוכט פֿון פֿײַגנבױם אין זײַן אָנהײב האָב איך געזען אײַערע עלטערן; זײַנען זײ געקומען קײן בַעַל-פּעוֹר, און זיך אָפּגעשײדט צום שאַנדגעץ, און געװאָרן אומװערדיק װי דאָס װאָס זײ האָבן ליב געקראָגן.

[11] אפֿרים – װי אַ פֿױגל װעט זײער כּבֿוד אַװעקפֿליען, אױס געבורט, און אױס מוטערלײַב, און אױס טראָגשאַפֿט!

[12] אַפֿילו אַז זײ װעלן אױפֿברענגען זײערע קינדער, װעל איך זײ באַרױבן פֿון זײ, אַז קײן מענטש זאָל נישט בלײַבן; יאָ, װײ אױך צו זײ װען איך טו זיך אָפּ פֿון זײ!

[13] אפֿרים, װי איך האָב צוֹר געזען, איז געפֿלאַנצט אין אַ שײנעם אָרט, אָבער אפֿרים װעט אַרױספֿירן זײַנע קינדער צום טײטער

[14] גיב זײ, ה׳, װאָס דו דאַרפֿסט זײ געבן! גיב זײ אַ טראַכט װאָס פֿאַרװאַרפֿט, און בריסט פֿאַרדאַרטע!

[15] אַל דאָס בײז זײערס איז אין גִלגָל, יאָ, דאָרט האָב איך זײ פֿײַנט געקראָגן; פֿאַר די בײזע מעשׂים זײערע װעל איך זײ פֿון מײַן הױז אַרױסטרײַבן; איך װעל זײ מער נישט ליב האָבן; אַלע זײערע האַרן זײַנען אָפּקערער.

[16] געשלאָגן געװאָרן איז אפֿרים, זײער װאָרצל איז פֿאַרטריקנט, קײן פֿרוכט װעלן זײ נישט ברענגען; אַפֿילו אַז זײ װעלן געבערן, װעל איך טײטן די גלוסטיקע פֿון זײער לײַב.

[17] פֿאַראַכטן װעט זי מײַן ג-ט, װײַל זײ האָבן נישט צוגעהערט צו אים, און זײ װעלן אומװאָגלען צװישן די פֿעלקער.

הוֹשֵעַ — Chapters