Skip to content
Opens in a new window

[1] און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: גײ װידער האָב ליב אַ פֿרױ, געליבט פֿון אַ ליבהאָבער, אָבער אַ נואפֿטע; אַזױ װי ה׳ האָט ליב די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זײ קערן זיך צו פֿרעמדער ג‑טער, און האָבן ליב ראָזינקעסקוכנס.

[2] האָב איך זי מיר געקױפֿט פֿאַר פֿופֿצן זילבערשטיק, און אַ חוֹמֶר גערשטן, און אַ לֶתֶך גערשטן.

[3] און איך האָב צו איר געזאָגט: פֿיל טעג זאָלסטו מיר זיצן אַלײן, זאָלסט נישט מזַנה זײַן, און נישט געהערן צו קײן מאַן, און דעס גלײַכן איך קעגן דיר.

[4] װאָרעם פֿיל טעג װעלן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זיצן אָן אַ מלך, און אָן אַ האַר, און אָן אַ שלאַכטאָפּפֿער, און אָן אַ זײַלשטײן, און אָן אַן אֵפֿוֹד און תּרָפֿים.

[5] דערנאָך װעלן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זיך אומקערן, און זײ װעלן זוכן ה׳ זײער ג-ט, און דָוִד זײער מלך, און זײ װעלן אַנגסטן צו ה׳ און צו זײַן גוטס, אין סוף פֿון די טעג.

הוֹשֵעַ — Chapters