[1] אַרומגערינגלט מיט ליגן האָט מיך אפֿרים, און מיט באַטרוג דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל; און יהוּדה הערשט נאָך מיט אֵל, און מיט דעם הײליקן געטרײַען.
[2] אפֿרים לױפֿט נאָך װינט, און יאָגט זיך נאָך מזרח-װינט, אַ גאַנצן טאָג מערט ער ליגן און רױב; און אַ ברית מיט אשור שליסן זײ, און אײל װערט קײן מִצרַיִם געפֿירט.
[3] אָבער ה׳ האָט אַ קריג מיט יהוּדה, און װעט זיך רעכענען מיט יעקבֿ לױט זײַנע װעגן, לױט זײַנע מעשׂים װעט ער אים אומקערן.
[4] אין מוטערלײַב האָט ער בײַם טריט געכאַפּט זײַן ברודער, און מיט זײַן כּוֹח האָט ער זיך געראַנגלט מיט ג-ט;
[5] יאָ, ער האָט געשטריטן קעגן אַ מלאך און איז בײַגעקומען; ער האָט געװײנט און זיך געבעטן בײַ אים: אין בֵית-אֵל װעט ער אים טרעפֿן, און דאָרטן װעט ער רעדן מיט אים.
[6] און ה׳ איז אלוקי צבָֿאוֹת, ה׳ איז זײַן געדעכעניש.
[7] דערום זאָלסט דו צו דײַן ג-ט זיך אומקערן; פֿרומקײט און גערעכטיקײט היט אָפּ, און האָף צו דײַן ג-ט תּמיד.
[8] כּנַעַן האָט פֿאַלשע װאָגשאָלן אין זײַן האַנט, צו באַרױבן האָט ער ליב.
[9] און אפֿרים זאָגט: פֿאַר װאָר, איך בין רײַך, איך האָב מיר דערגרײכט אַ פֿאַרמעג; אין אַל מײַן מי װעט מען בײַ מיר נישט געפֿינען אַן אומרעכט װאָס איז אַ זינד.
[10] אָבער איך בין ה׳ דײַן ג-ט פֿון לאַנד מִצרַיִם אָן, איך װעל דיך װידער מאַכן װױנען אין געצעלטן, װי אין די טעג פֿון יענער צײַט.
[11] און איך האָב גערעדט צו די נבֿיאים, און איך האָב זעאונגען געמערט, און דורך די נבֿיאים פֿלעג איך משלים געבן.
[12] אַז גִלעָד איז נישטיקײט, לױטער פֿאַלשקײט זײַנען זײ געװאָרן! אין גִלגָל האָבן זײ אָקסן געשלאַכט; יאָ, זײערע מזבחות זײַנען װי הױפֿנס אױף די בײַטן פֿון פֿעלד.
[13] און יעקבֿ איז אַנטלאָפֿן אין פֿעלד פֿון אַרָם, און יִשׂרָאֵל האָט געדינט אום אַ װײַב, און אום אַ װײַב האָט ער שאָף געהיט.
[14] און דורך אַ נבֿיא האָט ה׳ אױפֿגעבראַכט יִשׂרָאֵל פֿון מִצרַיִם, און דורך אַ נבֿיא איז ער אָפּגעהיט געװאָרן.
[15] ביטער דערצערנט האָט אפֿרים, דערום װעט ער אױסלאָזן זײַן בלוט אױף אים, און זײַן לעסטערונג װעט אים אומקערן זײַן האַר.