[1] אַ פֿרוכטבאַר װײַנשטאָק איז יִשׂרָאֵל געװען, זײַן פֿרוכט פֿלעגט אַ װערדע האָבן; איז, װאָס מערער זײַן פֿרוכט, האָט ער מזבחות געמערט, װאָס שענער זײַן לאַנד, האָבן זײ שענערע זײַלשטײנער געמאַכט.
[2] זײער האַרץ איז צעטײלט; אַצונד װעלן זײ זײער שולד לײַדן; ער װעט צעברעכן זײערע מזבחות, ער װעט פֿאַרװיסטן זײערע זײַלשטײנער.
[3] פֿאַר װאָר, אַצונד װעלן זײ זאָגן: נישטאָ קײן מלך בײַ אונדז, װײַל מיר האָבן נישט מורא געהאַט פֿאַר ה׳; און דער מלך, װאָס קען טאָן פֿאַר אונדז?
[4] זײ רעדן גערײדן, שװערן פֿאַלש, שליסן אַ ברית, אָבער דער משפּט װעט שפּראָצן װי ביטערקרױט אױף די בײַטן פֿון פֿעלד.
[5] אום די קעלבער פֿון בֵית-אָוֶן װעלן אַנגסטן די װױנער פֿון שוֹמרוֹן; װאָרעם זײַן פֿאָלק טוט אױף אים טרױערן, און זײַנע פּריסטער װעלן ציטערן װעגן אים, װעגן זײַן כּבֿוד װאָס איז אַװעק פֿון אים.
[6] אים אױך װעט מען קײן אשור אַװעקפֿירן, אַ מתּנה צום מלך שטרײטער; שאַנד װעט קריגן אפֿרים, און יִשׂרָאֵל װעט זיך שעמען מיט זײַן באַראָט.
[7] פֿאַרשניטן װערט דער מלך פֿון שוֹמרוֹן, אַזױ װי צװײַגל אױפֿן װאַסער.
[8] און פֿאַרטיליקט װערן װעלן די בָמות פֿון אָוֶן, די זינד פֿון יִשׂרָאֵל; דערנער און װילדגעװעקס װעלן אױפֿגײן אױף זײערע מזבחות און זײ װעלן זאָגן צו די בערג: דעקט אונדז צו! און צו די הײכן: פֿאַלט אױף אונדז אַרױף!
[9] מער װי אין די טעג פֿון גִבֿעָה האָסטו געזינדיקט, יִשׂרָאֵל; דאָרט האָט מען זיך אַקעגנגעשטעלט; פֿאַר זײ אָבער װעט נישט קלעקן אַ מלחמה װי אין גִבֿעָה אַקעגן די פֿאַרברעכער.
[10] װען איך טו באַגערן, װעל איך זײ שטראָפֿן, און פֿעלקער װעלן זיך אײַנזאַמלען קעגן זײ, װען מע שפּאַנט זײ אין זײערע צװײ יאָכרינגען.
[11] און אפֿרים איז אַ קאַלב אַ געניטס, צו דרעשן האָט עס ליב; אָבער איך בין אַריבערגעגאַנגען איבער איר פֿעטן האַלדז: איך װעל אײַנשפּאַנען אפֿרים, אַקערן זאָל יהוּדה, בראָנעװען זאָל יעקבֿ.
[12] זײַט אײַך פֿאַר גערעכטיקײט, װעט איר שנײַדן לױט גענאָד; אַקערט אײַך אַן אַקער, װאָרעם עס איז צײַט צו זוכן ה׳, ביז ער װעט קומען און רעגענען אױף אײַך גערעכטיקײט.
[13] איר האָט געאַקערט שלעכטס, האָט איר אומרעכט געשניטן, האָט איר געגעסן די פֿרוכט פֿון ליגן; װאָרעם האָסט זיך פֿאַרזיכערט אױף דײַן װעג, אױף די פֿיל גיבוֹרים דײַנע.
[14] דערום װעט אױפֿשטײן אַ חורבֿן אױף דײַנע מחנות, און אַלע דײַנע פֿעסטונגען װעלן פֿאַרװיסט װערן, װי שַלמַן האָט פֿאַרװיסט בֵית-אַרבֵאל, אין טאָג פֿון מלחמה – מוטערס מיט קינדער זײַנען צעהאַקט געװאָרן.
[15] אַזױ האָט געטאָן צו אײַך, בֵית-אֵל, פֿון װעגן אײַער בײזער שלעכטיקײט; אין אַ פֿרימאָרגן פֿאַרשניטן װערט פֿאַרשניטן דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל.