Skip to content
Opens in a new window

[1] צו דײַן גומען אַ שופֿר! װי אַן אָדלער קומט אױף ה׳ס הױז; װײַל זײ האָבן איבערגעטרעטן מײַן ברית, און קעגן מײַן תּורה פֿאַרבראָכן.

[2] קען יִשׂרָאֵל דען שרײַען צו מיר: מײַן ג-ט, מיר קענען דיך?

[3] יִשׂרָאֵל האָט פֿאַרלאָזט דאָס גוטס, זאָל אים דער פֿײַנט נאָכיאָגן.

[4] זײ האָבן געמאַכט מלכים, אָבער אָן מיר, געמאַכט האַרן, און איך האָב נישט געװוּסט; פֿון זײער זילבער און זײער גאָלד האָבן זײ זיך געצנבילדער געמאַכט; דערום װעט ער פֿאַרשניטן װערן.

[5] פֿאַרלאָזן װערט דײַן קאַלב, שוֹמרוֹן; מײַן צאָרן טוט גרימען אױף זײ; ביז װאַנען נאָך װעלן זײ נישט קענען זיך רײניקן?

[6] װאָרעם עס קומט פֿון יִשׂרָאֵל, און דאָס האָט אַ מײַנסטער געמאַכט, און קײן ג-ט איז דאָס נישט; פֿאַר װאָר, שפּענדלעך װעט װערן דאָס קאַלב פֿון שוֹמרוֹן.

[7] װאָרעם װינט זײען זײ, און שטורעם װעלן זײ שנײַדן; קײן זאַנג האָט עס נישט – אַ שפּראָצונג װאָס ברענגט נישט קײן מעל; טאָמער װעט עס ברענגען, װעלן עס פֿרעמדע אײַנשלינגען.

[8] אײַנגעשלונגען געװאָרן איז יִשׂרָאֵל, אַצונד זײַנען זײ געװאָרן צװישן די פֿעלקער, װי אַ נישטװערטיקע כּלי.

[9] װאָרעם זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען צו אשור, אַ װילדאײזל באַזונדער פֿאַר זיך; אפֿרים האָט ליבשאַפֿט געדונגען.

[10] אָבער הגם זײ דינגען צװישן די פֿעלקער, װעל איך אַצונדערט זײ אײַנזאַמלען; און זײ װעלן אָנהײבן מינער װערן פֿון דער משׂא פֿון מלך און האַרן.

[11] װאָרעם אפֿרים האָט געמערט מזבחות צום זינדיקן, בײַ אים זײַנען מזבחות צום זינדיקן געװען.

[12] װי פֿיל פֿון מײַן תּורה איך זאָל אים שרײַבן, איז דאָס בײַ אים װי פֿרעמד פֿאַררעכנט.

[13] מײַנע בראַנדאָפּפֿער זאָלן זײ שלאַכטן פֿאַר פֿלײש און עסן, ה׳ טוט זײ נישט באַפֿיליקן. אַצונד װעט ער געדענקען זײער פֿאַרברעך, און װעט רעכענען זײערע זינד; קײן מִצרַיִם װעלן זײ זיך אומקערן.

[14] װאָרעם יִשׂרָאֵל האָט פֿאַרגעסן אָן זײַן באַשעפֿער, און האָט היכלות געבױט, און יהוּדה האָט געמערט באַפֿעסטיקטע שטעט: דערום װעל איך שיקן אַ פֿײַער אין זײַנע שטעט, און עס װעט פֿאַרצערן אירע פּאַלאַצן.

הוֹשֵעַ — Chapters