[1] װי איך װיל הײלן יִשׂרָאֵל, אַזױ װערט אַנטפּלעקט די זינד פֿון אפֿרים, און די בײזן פֿון שוֹמרוֹן; װאָרעם זײ באַגײען פֿאַלשקײט, און אַ גנבֿ ברעכט אײַן, אַ באַנדע באַפֿאַלט אױף דער גאַס.
[2] און זאָלן זײ זיך נישט טראַכטן אין זײער האַרצן, אַל דאָס בײז זײערס געדענק איך; אַצונד האָבן זײערע מעשׂים זײ אַרומגערינגלט, אַקעגן מײַן פּנים זײַנען זײ.
[3] מיט זײער בײז דערפֿרײען זײ דעם מלך, און מיט זײערע ליגנס די האַרן.
[4] אַלע זײַנען זײ נוֹאפֿים, װי אַן אױװן אָנגעהײצט פֿון בעקער, װאָס מע הערט בלױז אױף שאַרן פֿון פֿאַרקנעטן דעם טײג ביז זײַן זױער װערן.
[5] אין דעם טאָג פֿון אונדזער מלך, זײַנען די האַרן קראַנק פֿון װײַנדערהיצונג; ער אַלײן שטרעקט אױס זײַן האַנט מיט די שפּעטער.
[6] װאָרעם זײ האָבן צוגעברײט זײער האַרץ װי אַן אױװן אין זײער לױער; אַ גאַנצע נאַכט שלאָפֿט זײער בעקער, פֿרימאָרגנס ברענט ער אַזױ װי פֿלאַמפֿײַער.
[7] זײ אַלע גליען װי אַן אױװן, און זײ פֿאַרצערן זײערע ריכטער; אַלע זײערע מלכים זײַנען געפֿאַלן, קײנער צװישן זײ רופֿט נישט צו מיר.
[8] אפֿרים, ער מישט זיך מיט די פֿעלקער, אפֿרים איז געװאָרן אַ נישט איבערגעקערטער קוכן.
[9] פֿרעמדע האָבן אױפֿגעגעסן זײַן כּוֹח, און ער מערקט נישט; שױן גראָע האָר דורכגעשפּריצט בײַ אים, און ער מערקט נישט.
[10] און דער שטאָלץ פֿון יִשׂרָאֵל איז געבױגן פֿאַר זײַן פּנים, אָבער זײ קערן זיך נישט אום צו ה׳ זײער ג-ט, און זײ זוכן אים נישט בײַ אַלעם דעם.
[11] און אפֿרים איז געװאָרן װי אַ נאַרישע טױב, אָן שׂכל, מִצרַיִם האָבן זײ גערופֿן, קײן אשור זײַנען זײ געגאַנגען.
[12] װי זײ װעלן גײן, װעל איך אױסשפּרײטן אױף זײ מײַן נעץ, װי פֿױגלען פֿון הימל װעל איך זײ אַראָפּנידערן; איך װעל זײ שטראָפֿן װי איך האָב געלאָזט הערן זײער עדה.
[13] װײ צו זײ, װאָס זײ זײַנען אַװעק פֿון מיר! פֿאַרװיסטונג אױף זײ, װאָס זײ האָבן געבראָכן אָן מיר! און איך זאָל זײ אױסלײזן, װען זײ האָבן גערעדט ליגנס אױף מיר?
[14] און זײ שרײַען נישט צו מיר מיט זײער האַרצן, אַז זײ יאָמערן אױף זײערע געלעגערס; װעגן תּבֿואה און װײַן רודלען זײ זיך, אָן מיר װידערשפּעניקן זײ.
[15] און איך האָב געלערנט, געשטאַרקט זײערע אָרעמס, אָבער זײ טראַכטן שלעכטס אױף מיר.
[16] זײ קערן זיך, אָבער נישט צו דער הײך, װי אַ פֿאַלשער בױגן זײַנען זײ געװאָרן. װעלן פֿאַלן דורכן שװערד זײערע האַרן פֿאַר דעם צאָרן פֿון זײער צונג; דאָס װעט זײַן אַ שפּאָט פֿון זײ אין לאַנד מִצרַיִם.