[1] קומט און לאָמיר זיך אומקערן צו ה׳, װאָרעם ער האָט פֿאַרצוקט, און ער װעט אונדז הײלן, ער שלאָגט און ער װעט אונדז פֿאַרבינדן,
[2] נאָך צװײ טעג װעט ער אונדז אױפֿלעבן, אױפֿן דריטן טאָג װעט ער אונדז אױפֿריכטן, און מיר װעלן לעבן פֿאַר אים.
[3] און לאָמיר דערקענען, לאָמיר זיך יאָגן צו דערקענען ה׳; זיכער װי דער באַגינען איז זײַן אַרױסגאַנג; און ער װעט קומען צו אונדז װי דער רעגן, און װי שפּעטרעגן װאָס באַװאַסערט די ערד.
[4] װאָס זאָל איך טאָן צו דיר, אפֿרים? װאָס זאָל איך טאָן צו דיר, יהוּדה? אַז אײַער גוצקײט איז װי אַ פֿרימאָרגנװאָלקן, און װי דער טױ װאָס פֿאַרגײט אין דער פֿרי.
[5] דערום האָב איך געהאַקט דורך די נבֿיאים, זײ געהרגעט מיט די װערטער פֿון מײַן מױל; כּדי דײַן משפּט זאָל װי דאָס ליכט אַרױס.
[6] װאָרעם חֶסֶד האָב איך באַגערט און נישט שלאַכטאָפּפֿער, און דערקענונג פֿון אלֹקים אײדער בראַנדאָפּפֿער.
[7] אָבער זײ װי אָדָם האָבן איבערגעטרעטן דעם ברית; אָן האָבן זײ געפֿעלשט אָן מיר.
[8] גִלעָד איז אַ שטאָט פֿון אומרעכטטוער, אױסגעטרעטן מיט בלוט.
[9] און װי באַנדעס װאָס לױערן אױף מענטשן, איז די חבֿרה פֿון די כּהנים; זײ טײטן אױפֿן װעג קײן שכֶם, יאָ, שענדלעכקײט באַגײען זײ.
[10] אין הױז פֿון יִשׂרָאֵל האָב איך שױדערהאַפֿטיקס געזען, אָן איז זנות בײַ אפֿרים, פֿאַראומרײניקט איז יִשׂרָאֵל.
[11] אױך אױף דיר, יהוּדה, האָט מען אַ שניט באַשערט. אַז איך װיל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון מײַן פֿאָלק,