[1] דאָס איז דאָס בוך פֿון די געבורטן פֿון אָדָמען: װען אלֹקים האָט באַשאַפֿן דעם מענטשן, האָט ער אים אין דער גלײַכעניש פֿון אלֹקים געמאַכט;
[2] אַ זָכר און אַ נקבֿה האָט ער זײ באַשאַפֿן, און ער האָט זײ געבענטשט, און האָט גערופֿן זײער נאָמען אָדָם אין דעם טאָג װאָס זײ זײַנען באַשאַפֿן געװאָרן.
[3] און אָדָם האָט געלעבט הונדערט און דרײַסיק יאָר, און האָט געבאָרן אַ זון אין זײַן גלײַכעניש, אַזױ װי זײַן געשטאַלט, און האָט גערופֿן זײַן נאָמען שֵת.
[4] און די טעג פֿון אָדָמען נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן שֵתן, זײַנען געװען אַכט הונדערט יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
[5] און אַלע טעג װאָס אָדָם האָט געלעבט, זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און דרײַסיק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
[6] און שֵת האָט געלעבט הונדערט יאָר און פֿינף יאָר, און האָט געבאָרן אֶנוֹשן.
[7] און שֵת האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן אֶנוֹשן, אַכט הונדערט יאָר און זיבן יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
[8] און אַלע טעג פֿון שֵתן זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און צװעלף יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
[9] און אֶנוֹש האָט געלעבט נײַנציק יאָר, און האָט געבאָרן קֵינָנען.
[10] און אֶנוֹש האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן קֵינָנען, אַכט הונדערט יאָר און פֿופֿצן יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
[11] און אַלע טעג פֿון אֶנוֹשן זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און פֿינף יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
[12] און קֵינָן האָט געלעבט זיבעציק יאָר, און האָט געבאָרן מַהלַלאֵלן.
[13] און קֵינָן האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן מַהלַלאֵלן, אַכט הונדערט יאָר און פֿערציק יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
[14] און אַלע טעג פֿון קֵינָנען זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און צען יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
[15] און מַהלַלאֵל האָט געלעבט פֿינף און זעכציק יאָר, און האָט געבאָרן יֶרֶדן.
[16] און מַהלַלאֵל האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן יֶרֶדן, אַכט הונדערט יאָר און דרײַסיק יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
[17] און אַלע טעג פֿון מַהלַלאֵלן זײַנען געװען אַכט הונדערט יאָר און פֿינף און נײַנציק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
[18] און יֶרֶד האָט געלעבט הונדערט יאָר און צװײ און זעכציק יאָר, און האָט געבאָרן חַנוֹכן.
[19] און יֶרֶד האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן חַנוֹכן, אַכט הונדערט יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
[20] און אַלע טעג פֿון יֶרֶדן זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און צװײ און זעכציק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
[21] און חַנוֹך האָט געלעבט פֿינף און זעכציק יאָר, און האָט געבאָרן מתושֶלַחן.
[22] און חַנוֹך איז געגאַנגען מיט האלֹקים נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן מתושֶלַחן, דרײַ הונדערט יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
[23] און אַלע טעג פֿון חַנוֹכן זײַנען געװען דרײַ הונדערט יאָר און פֿינף און זעכציק יאָר.
[24] און חַנוֹך איז געגאַנגען מיט האלֹקים; און ער איז מער נישט געװאָרן, װאָרעם אלֹקים האָט אים אַװעקגענומען.
[25] און מתושֶלַח האָט געלעבט הונדערט יאָר און זיבן און אַכציק יאָר, און האָט געבאָרן לֶמֶכן.
[26] און מתושֶלַח האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן לֶמֶכן, זיבן הונדערט יאָר און צװײ און אַכציק יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
[27] און אַלע טעג פֿון מתושֶלַחן זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און נײַן און זעכציק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
[28] און לֶמֶך האָט געלעבט הונדערט יאָר און צװײ און אַכציק יאָר, און האָט געבאָרן אַ זון.
[29] און ער האָט גערופֿן זײַן נאָמען נֹח, אַזױ צו זאָגן: דער דאָזיקער װעט אונדז זײַן אַ נחמה פֿאַר אונדזער אַרבעט, און פֿאַר דער מאַטערניש פֿון אונדזערע הענט, פֿון װעגן דער ערד װאָס ה׳ האָט זי פֿאַרשאָלטן.
[30] און לֶמֶך האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן נֹחן, פֿינף הונדערט יאָר און פֿינף און נײַנציק יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
[31] און אַלע טעג פֿון לֶמֶכן זײַנען געװען זיבן הונדערט יאָר און זיבן און זיבעציק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
[32] און אַז נֹח איז געװאָרן פֿינף הונדערט יאָר אַלט, האָט נֹח געבאָרן שֵמען, חָמען, און יֶפֶֿתן.