[1] און אַבֿרם איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם, ער און זײַן װײַב, און אַלץ װאָס ער האָט געהאַט, און לוֹט מיט אים, קײן דָרום.
[2] און אַבֿרם איז געװען זײער רײַך אין פֿיך, אין זילבער, און אין גאָלד.
[3] און ער איז געגאַנגען אױף זײַנע רײַזען, פֿון דָרום און ביז בֵית-אֵל, ביז דעם אָרט װאָס זײַן געצעלט איז דאָרטן געװען אין אָנהײב, צװישן בֵית-אֵל און צװישן עַי,
[4] צו דעם אָרט פֿון דעם מזבח װאָס ער האָט דאָרטן געמאַכט צוערשט; און װאָס אַבֿרם האָט דאָרטן גערופֿן צו דעם נאָמען ה׳.
[5] און אױך בײַ לוֹטן, װאָס איז געגאַנגען מיט אַבֿרמען, זײַנען געװען שאָף און רינדער און געצעלטן.
[6] און דאָס לאַנד האָט זײ נישט געקענט טראָגן, צו װױנען בײַנאַנד; װײַל זײער פֿאַרמעג איז געװען גרױס, און זײ האָבן נישט געקענט װױנען בײַנאַנד.
[7] און עס איז געװען אַ קריגערײַ צװישן די פּאַסטוכער פֿון אַבֿרמס פֿיך און צװישן די פּאַסטוכער פֿון לוֹטס פֿיך. און דער כּנַעֲני און דער פּרִזי זײַנען דענצמאָל געזעסן אין לאַנד.
[8] האָט אַבֿרם געזאָגט צו לוֹטן: זאָל, איך בעט דיך, נישט זײַן קײן קריג צװישן מיר און צװישן דיר, און צװישן מײַנע פּאַסטוכער און צװישן דײַנע פּאַסטוכער; װאָרעם מיר זײַנען אײגענע מענטשן.
[9] דאָס גאַנצע לאַנד ליגט דאָך פֿאַר דיר; שײד זיך אָפּ פֿון מיר, איך בעט דיך, ענטװעדער אױף לינקס, און איך װעל זיך נעמען רעכטס, אָדער אױף רעכטס, און איך װעל זיך נעמען לינקס.
[10] האָט לוֹט אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן, און האָט געזען די גאַנצע געגנט פֿון יַרדן, אַז זי איז אין גאַנצן באַװאַסערט – דאָס איז געװען אײדער ה׳ האָט צעשטערט סדוֹם און עַמוֹרָה – אַזױ װי דער גאָרטן פֿון ה׳, אַזױ װי דאָס לאַנד מִצרַיִם, ביז דו קומסט קײן צוֹעַר.
[11] און לוֹט האָט אױסגעקליבן פֿאַר זיך די גאַנצע געגנט פֿון יַרדן; און לוֹט האָט אַװעקגעצױגן קײן מזרח, און זײ האָבן זיך אָפּגעשײדט אײנער פֿון אַנדערן.
[12] אַבֿרם האָט זיך באַזעצט אין לאַנד כּנַעַן, און לוֹט האָט זיך באַזעצט אין די שטעט פֿון דער יַרדן געגנט; און ער האָט געהאַט געצעלטן ביז סדוֹם.
[13] און די מענטשן פֿון סדוֹם זײַנען געװען זײער שלעכט און זינדיק צו ה׳.
[14] און ה׳ האָט געזאָגט צו אַבֿרמען, נאָכדעם װי לוֹט האָט זיך אָפּגעשײדט פֿון אים: הײב אַקאָרשט אױף דײַנע אױגן, און קוק פֿון דעם אָרט װוּ דו ביסט, קײן צפֿון און קײן דָרום און קײן מזרח און קײן מערבֿ;
[15] װאָרעם דאָס גאַנצע לאַנד װאָס דו זעסט, װעל איך געבן צו דיר און צו דײַן זאָמען אױף אײביק.
[16] און איך װעל מאַכן דײַן זאָמען אַזױ װי שטױב פֿון דער ערד, אַז אױב עמיצער װעט קענען צײלן דעם שטױב פֿון דער ערד, װעט אױך דײַן זאָמען געצײלט װערן.
[17] שטײ אױף, גײ דורכן לאַנד פֿאַר לענג און פֿאַר ברײט, װאָרעם צו דיר װעל איך עס געבן.
[18] און אַבֿרם האָט איבערגעטראָגן זײַן געצעלט, און ער איז געקומען און האָט זיך באַזעצט בײַ די אײכנבײמער פֿון מַמרֵא, װאָס אין חֶבֿרוֹן; און ער האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח צו ה׳.