[1] און ה׳ האָט געדאַכט אָן שׂרהן, אַזױ װי ער האָט געזאָגט, און ה׳ האָט געטאָן צו שׂרהן אַזױ װי ער האָט גערעדט.
[2] און שׂרה איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אבֿרהמען אַ זון אױף זײַן עלטער, צו דער צײַט װאָס אלֹקים האָט אים אָנגעזאָגט.
[3] און אבֿרהם האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון זײַן זון װאָס איז אים געבאָרן געװאָרן, װאָס שׂרה האָט אים געבאָרן, יִצחָק.
[4] און אבֿרהם האָט געמַלט זײַן זון יִצחָקן צו אַכט טעג, אַזױ װי אלֹקים האָט אים באַפֿױלן.
[5] און אבֿרהם איז געװען הונדערט יאָר אַלט, װען זײַן זון יִצחָק איז אים געבאָרן געװאָרן.
[6] און שׂרה האָט געזאָגט: אַ געלעכטער האָט מיר אלֹקים געמאַכט; איטלעכער װאָס הערט עס, װעט לאַכן װעגן מיר.
[7] און זי האָט געזאָגט: װער װאָלט געזאָגט אבֿרהמען: שׂרה װעט קינדער זײגן? אַז איך װעל געבערן אַ זון אױף זײַן עלטער?
[8] און דאָס קינד איז געװאַקסן, און איז אַנטװױנט געװאָרן, און אבֿרהם האָט געמאַכט אַ גרױסן מאָלצײַט אין דעם טאָג װאָס יִצחָק איז אַנטװױנט געװאָרן.
[9] און שׂרה האָט געזען דעם זון פֿון הָגָר דער מִצרית, װאָס זי האָט געבאָרן אבֿרהמען, װי ער האָט אָפּשפּעטן פֿון אים.
[10] און זי האָט געזאָגט צו אבֿרהמען: טרײַב אַרױס די דאָזיקע דינסט און איר זון, װאָרעם דער זון פֿון דער דאָזיקער דינסט װעט נישט ירשען מיט מײַן זון, מיט יִצחָקן.
[11] און די זאַך איז געװען זײער שלעכט אין די אױגן פֿון אבֿרהמען פֿון װעגן זײַן זון.
[12] האָט אלֹקים געזאָגט צו אבֿרהמען: זאָל נישט שלעכט זײַן אין דײַנע אױגן איבער דעם ייִנגל, און איבער דער דינסט; אַלץ װאָס שׂרה זאָגט דיר, הער זיך אײַן צו איר קֹול, װאָרעם אױף יִצחָקן װעט גערופֿן װערן דײַן זאָמען.
[13] אָבער אױך דעם זון פֿון דער דינסט װעל איך מאַכן פֿאַר אַ פֿאָלק, װײַל ער איז דײַן זאָמען.
[14] האָט אבֿרהם זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און ער האָט גענומען ברױט און אַ לאָגל װאַסער, און געגעבן צו הָגָרן – אַרױפֿגעטאָן אױף איר אַקסל – און אױך דאָס קינד, און האָט זי אַװעקגעשיקט; און זי איז אַװעקגעגאַנגען, און האָט אומגעבלאָנדזשעט אין דעם מדבר פֿון באֵר-שֶבַֿע.
[15] איז דאָס װאַסער אױסגעגאַנגען פֿון לאָגל, און זי האָט אַװעקגעװאָרפֿן דאָס קינד אונטער אײנעם פֿון די בײמלעך,
[16] און זי איז אַװעק און האָט זיך געזעצט אַקעגנאיבער פֿאַר אַ בױגנשאָס װײַט, װאָרעם זי האָט געזאָגט: לאָמיך נישט זען װי דאָס קינד שטאַרבט. און זי איז געזעסן אַקעגנאיבער, און האָט אױפֿגעהױבן איר קֹול און האָט געװײנט.
[17] האָט אלֹקים געהערט דעם קֹול פֿון דעם ייִנגל, און דער מלאך פֿון ה׳ האָט גערופֿן צו הָגָרן פֿון הימל, און האָט צו איר געזאָגט: װאָס איז דיר, הָגָר? זאָלסט נישט מורא האָבן, װאָרעם ה׳ האָט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון דעם ייִנגל װוּ ער איז דאָרט.
[18] שטײ אױף, הײב אױף דעם ייִנגל, און האַלט אים צו מיט דײַן האַנט; װאָרעם פֿאַר אַ גרױס פֿאָלק װעל איך אים מאַכן.
[19] און אלֹקים האָט אױפֿגעעפֿנט אירע אױגן, און זי האָט דערזען אַ ברונעם װאַסער, און זי איז געגאַנגען און האָט אָנגעפֿילט דעם לאָגל מיט װאַסער, און געגעבן טרינקען דעם ייִנגל.
[20] און אלֹקים איז געװען מיטן ייִנגל, און ער איז אױפֿגעװאַקסן, און איז געזעסן אין מדבר, און איז געװען אַ בױגן-שיסער.
[21] און ער איז געזעסן אין מדבר פּאָרָן; און זײַן מוטער האָט אים גענומען אַ װײַב פֿון לאַנד מִצרַיִם.
[22] און עס איז געװען אין יענער צײַט, האָט אַבֿימֶלֶך און פֿיכול דער האַר פֿון זײַן חיל געזאָגט צו אבֿרהמען, אַזױ צו זאָגן: אלֹקים איז מיט דיר אין אַלץ װאָס דו טוסט;
[23] דערום שװער מיר דאָ אַצונד בײַ אלֹקים, אױב דו װעסט פֿעלשן אָן מיר, אָדער אָן מײַן זון, אָדער אָן מײַן אײניקל; אַזױ װי דער חֶסֶד װאָס איך האָב געטאָן מיט דיר, זאָלסטו טאָן מיט מיר, און מיט דעם לאַנד װאָס דו האָסט זיך אױפֿגעהאַלטן דרינען.
[24] האָט אבֿרהם געזאָגט: איך װעל שװערן.
[25] אָבער אבֿרהם האָט פֿאָרגעהאַלטן אַבֿימֶלֶכן װעגן דעם ברונעם װאַסער, װאָס די קנעכט פֿון אַבֿימֶלֶכן האָבן געגזלט.
[26] האָט אַבֿימֶלֶך געזאָגט: איך װײס נישט װער עס האָט געטאָן די דאָזיקע זאַך; װאָרעם נישט דו האָסט מיר צו מאָל דערצײלט, און נישט איך האָב עס צו מאָל געהערט אַחוץ הײַנט.
[27] האָט אבֿרהם גענומען שאָף און רינדער, און געגעבן אַבֿימֶלֶכן, און זײ האָבן בײדע געשלאָסן אַ ברית.
[28] און אבֿרהם האָט אַװעקגעשטעלט זיבן לעמער פֿון די שאָף באַזונדער.
[29] האָט אַבֿימֶלֶך געזאָגט צו אבֿרהמען: װאָס זײַנען די דאָזיקע לעמער, װאָס דו האָסט אַװעקגעשטעלט באַזונדער?
[30] האָט ער געזאָגט: פֿאַר װאָר, די זיבן לעמער מוזטו נעמען פֿון מײַן האַנט, כּדי דאָס זאָל מיר זײַן צום עדות, אַז איך האָב געגראָבן דעם דאָזיקן ברונעם.
[31] דערום האָט מען גערופֿן יענעם אָרט באֵר-שֶבַֿע, װײַל דאָרטן האָבן זײ בײדע זיך געגעבן אַ שבֿועה.
[32] אַזױ האָבן זײ געשלאָסן אַ ברית אין באֵר-שֶבַֿע; און אַבֿימֶלֶך און פֿיכול דער האַר פֿון זײַן חיל זײַנען אױפֿגעשטאַנען, און האָבן זיך אומגעקערט אין לאַנד פֿון די פּלִשתּים.
[33] און ער האָט געפֿלאַנצט אַ טאַמאַריסקנבױם אין באֵר-שֶבַֿע, און האָט דאָרטן גערופֿן צו דעם נאָמען פֿון ה׳, דעם אײביקן ג-ט.
[34] און אבֿרהם האָט זיך אױפֿגעהאַלטן אין לאַנד פֿון די פּלִשתּים פֿיל טעג.