Skip to content
Opens in a new window
Listen to this chapter • 4:59

[1] נאָך די דאָזיקע געשעענישן איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו אַבֿרמען אין אַ זעונגען, אַזױ צו זאָגן: זאָלסט נישט מורא האָבן, אַבֿרם, איך בין דיר אַ שילד; דײַן שׂכר איז זײער גרױס.

[2] האָט אַבֿרם געזאָגט: ה׳ דו אֲדֹנָי, װאָס קענסטו מיר געבן, אַז איך גײ אַװעק אָן אַ קינד, און דער װירטשאַפֿטער פֿון מײַן הױז איז דער דַמֶשֶׂקער אֶליעֶזֶר?

[3] און אַבֿרם האָט געזאָגט: זע, האָסט מיר קײן זאָמען נישט געגעבן, און אָט װעט אַ זון פֿון מײַן הױזגעזינט מיך ירשען.

[4] ערשט דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו אים, אַזױ צו זאָגן: נישט דער דאָזיקער װעט דיך ירשען, נאָר דער װאָס װעט אַרױסגײן פֿון דײַנע אינגעװײד, ער װעט דיך ירשען.

[5] און ער האָט אים אַרױסגעפֿירט דרױסן, און האָט געזאָגט: טו אַקאָרשט אַ קוק אױפֿן הימל, און צײל די שטערן, אױב דו קענסט זײ איבערצײלן. און ער האָט צו אים געזאָגט: אַזױ װעט זײַן דײַן זאָמען. –

[6] און ער האָט געגלױבט אין ה׳, און ער האָט עס גערעכנט פֿאַר צו אים צו אַ גערעכטיקײט.

[7] און ער האָט צו אים געזאָגט: איך בין ה׳ װאָס האָט דיך אַרױסגעצױגן פֿון אור-כַּשׂדים, דיר צו געבן דאָס דאָזיקע לאַנד, עס צו אַרבן.

[8] האָט ער געזאָגט: ה׳ דו אֲדֹנָי, מיט װאָס װעל איך װיסן אַז איך װעל עס אַרבן?

[9] האָט ער צו אים געזאָגט: נעם מיר אַ דרײַיאָריקע קו, און אַ דרײַיאָריקע ציג, און אַ דרײַיאָריקן װידער, און אַ טורטלטױב, און אַ יונגע טױב.

[10] האָט ער אים גענומען די אַלע, און האָט זײ איבערגעשניטן אין מיטן, און אַװעקגעלײגט אײן העלפֿט קעגן דער אַנדערער; נאָר די פֿױגלען האָט ער נישט איבערגעשניטן.

[11] האָבן די רױבפֿױגלען אַראָפּגענידערט אױף די פּגרים, אָבער אַבֿרם האָט זײ אָפּגעטריבן.

[12] און װי די זון איז געװען בײַם אונטערגײן, אַזױ איז אַ טיפֿער שלאָף געפֿאַלן אױף אַבֿרמען; ערשט אַן אימה, אַ גרױס פֿינצטערניש, פֿאַלט אָן אױף אים.

[13] און ה׳ האָט געזאָגט צו אַבֿרמען: װיסן זאָלסטו װיסן זײַן אַז דײַנע קינדער װעלן זײַן פֿרעמדע אין אַ לאַנד װאָס נישט זײערס, און מע װעט זײ פֿאַרקנעכטן, און מע װעט זײ פּײַניקן פֿיר הונדערט יאָר.

[14] און אױך דאָס פֿאָלק װעמען זײ װעלן דינען, װעל איך משפּטן; און דערנאָך װעלן זײ אַרױסגײן מיט גרױס פֿאַרמעג.

[15] דו אָבער װעסט קומען צו דײַנע עלטערן בשלום; אין אַ גוטער עלטער װעסטו באַגראָבן װערן.

[16] און ערשט אין פֿירטן דור װעלן זײ זיך אומקערן אַהער, װאָרעם די זינד פֿון דעם אֶמוֹרי װעט נישט זײַן פֿאַרפֿול ביז דענצמאָל.

[17] און עס איז געװען, װי די זון איז אונטערגעגאַנגען, און עס איז געװאָרן שטאָקפֿינצטער, ערשט אַן אױװן מיט רױך, און אַ פֿלאַמפֿײַער װאָס איז דורכגעגאַנגען צװישן די דאָזיקע שטיקער.

[18] אין יענעם טאָג האָט ה׳ געשלאָסן אַ ברית מיט אַבֿרמען, אַזױ צו זאָגן: צו דײַן זאָמען האָב איך געגעבן דאָס דאָזיקע לאַנד, פֿון דעם טײַך פֿון מִצרַיִם ביז דעם גרױסן טײַך, דעם טײַך פּרָת;

[19] דעם קֵיני, און דעם קנִזי, און דעם קַדמוני,

[20] און דעם חִתּי, און דעם פּרִזי, און די רפֿאים,

[21] און דעם אֶמוֹרי, און דעם כּנַעֲני, און דעם גִרגָשי, און דעם יבֿוסי.

בְּרֵאשִׁית — Chapters