Skip to content
Opens in a new window
Listen to this chapter • 5:32

[1] און דאָס זײַנען די געבורטן פֿון נֹחס קינדער: שֵם, חָם, און יֶפֶֿת; און בײַ זײ זײַנען געבאָרן געװאָרן זין נאָכן מבול.

[2] די זין פֿון יֶפֶֿתן זײַנען געװען: גוֹמֶר, און מָגוֹג, און מָדַי, און יָוָן, און תּובַֿל, און מֶשֶך, און תּירָס.

[3] און די זין פֿון גוֹמֶרן: אַשכּנַז, און ריפֿת, און תּוֹגַרמָה.

[4] און די זין פֿון יָוָנען: אֶלישָה, און תַּרְשִיש, כִּתּים, און דודָנים.

[5] פֿון די דאָזיקע האָבן זיך פֿונאַנדערגעשײדט די אינדזלען פֿון די פֿעלקער אין זײערע לענדער, איטלעכער לױט זײַן לשון, לױט זײערע משפּחות, אין זײערע פֿעלקער.

[6] און די זין פֿון חָמען זײַנען געװען: כּוּש, און מִצרַיִם, און פּוּט, און כּנַעַן.

[7] און די זין פֿון כּוּשן: סבֿאָ, און חַוִילָה, און סַבֿתּאָ, און רַעְמָה, און סַבֿתּכאָ. און די זין פֿון רַעְמָהן: שבֿאָ און דדָן.

[8] און כּוּש האָט געבאָרן נִמרוֹדן. ער איז געװען דער ערשטער מאַכטיקער אױף דער ערד.

[9] ער איז געװען אַ מאַכטיקער יעגער פֿאַר ה׳; דערום װערט געזאָגט: אַזױ װי נִמרוֹד, אַ מאַכטיקער יעגער פֿאַר ה׳.

[10] און דער אָנהײב פֿון זײַן קיניגרײַך איז געװען בָבֿל, און אֶרֶך, און אַכַּד, און כַּלנֵה, אין לאַנד שִנעָר.

[11] פֿון יענעם לאַנד איז ער אַרױסגעגאַנגען קײן אשור, און האָט געבױט נינוֵה, און רחוֹבֿוֹת-עיר, און כֶּלַח,

[12] און רֶסֶן, צװישן נינוֵה און צװישן כֶּלַח, דאָס איז די גרױסע שטאָט.

[13] און מִצרַיִם האָט געבאָרן לודים, און עַנָמים, און להָבֿים, און נַפֿתּוחים,

[14] און פַּתרוסים, און כַּסלוחים – פֿון װאַנען די פּלִשתּים זײַנען אַרױסגעקומען – און כַּפֿתּוֹרים.

[15] און כּנַעַן האָט געבאָרן צידון זײַן בכוֹר, און חֵתן,

[16] און דעם יבֿוסי, און דעם אֶמוֹרי, און דעם גִרגָשי,

[17] און דעם חִוִי, און דעם עַרקי, און דעם סיני,

[18] און דעם אַרוָדי, און דעם צמָרי, און דעם חַמָתי; און דערנאָך האָבן זיך צעשפּרײט די משפּחות פֿון דעם כּנַעֲני.

[19] און דער געמאַרק פֿון דעם כּנַעֲני איז געװען פֿון צידון, װי דו גײסט קײן גרָר, ביז עַזָה; װי דו גײסט קײן סדוֹם, און עַמוֹרָה, און אַדמָה, און צבֿוֹיִים, ביז לֶשַע.

[20] דאָס זײַנען די קינדער פֿון חָם לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע לשונות, אין זײערע לענדער, אין זײערע פֿעלקער.

[21] און בײַ שֵם, דעם פֿאָטער פֿון אַלע קינדער פֿון עֵבֶֿר, דעם עלטערן ברודער פֿון יֶפֶֿתן, אױך בײַ אים זײַנען געבאָרן געװאָרן קינדער.

[22] די זין פֿון שֵמען זײַנען געװען: עֵילָם, און אשור, און אַרפַּכשַד, און לוד, און אַרָם.

[23] און די זין פֿון אַרָמען: עוץ, און חול, און גֶתֶר, און מַש.

[24] און אַרפַּכשַד האָט געבאָרן שֶלַחן, און שֶלַח האָט געבאָרן עֵבֶֿרן.

[25] און בײַ עֵבֶֿרן זײַנען געבאָרן געװאָרן צװײ זין; דער נאָמען פֿון אײנעם איז געװען פֶּלֶג, װײַל אין זײַנע טעג איז צעטײלט געװאָרן די ערד; און דער נאָמען פֿון זײַן ברודער איז געװען יָקטָן.

[26] און יָקטָן האָט געבאָרן אַלמוֹדָדן, און שֶלֶפֿן, און חַצַרמָוֶתן, און יֶרַחן,

[27] און הַדוֹרָמען, און אוזָלן, און דִקלָהן,

[28] און עובָֿלן, און אַבֿימָאֵלן, און שבֿאָן,

[29] און אוֹפֿירן, און חַוִילָהן, און יוֹבֿבֿן. די אַלע זײַנען געװען יָקטָנס זין.

[30] און זײער װױנאָרט איז געװען פֿון מֵשאָ, װי דו קומסט קײן ספֿר, ביזן באַרג פֿון מזרח.

[31] דאָס זײַנען די זין פֿון שֵמען לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע לשונות, אין זײערע לענדער, לױט זײערע פֿעלקער.

[32] דאָס זײַנען די משפּחות פֿון נֹחס זין לױט זײערע געבורטן, אין זײערע פֿעלקער; און פֿון די דאָזיקע האָבן זיך פֿונאַנדערגעשײדט די פֿעלקער אױף דער ערד נאָכן מבול.

בְּרֵאשִׁית — Chapters