Skip to content
Opens in a new window
Listen to this chapter • 7:27

[1] און יעקבֿ האָט גערופֿן זײַנע זין, און האָט געזאָגט: זאַמלט אײַך אײַן, און איך װעל אײַך זאָגן װאָס אײַך װעט געשען אין סוף פֿון די טעג.

[2] קלײַבט אײַך אױף און הערט, קינדער פֿון יעקבֿ, און האָרכט צו אײַער פֿאָטער יִשׂרָאֵל:

[3] ראובֿן, מײַן בכוֹר ביסטו, מײַן כּוֹח און מײַן ערשטע קראַפֿט, די פּער פֿון גרױסקײט, און די פּער פֿון מאַכט.

[4] ביסט אײַליק װי װאַסער – זאָלסטו די פּער נישט זײַן; װײַל דו ביסט אױף דײַן פֿאָטערס געלעגער אַרױף; דענצמאָל האָסטו עס פֿאַרשװעכט – מײַן בעט װוּ ער איז אַרױף.

[5] שמעון און לֵוִי זײַנען ברידער, געצײַג פֿון געװאַלטאַט זײַנען זײערע שװערדן.

[6] אין זײער באַראָט זאָל נישט קומען מײַן זעל, צו זײער געזעמל זאָל מײַן כּבֿוד נישט צושטײן; װאָרעם אין זײער כּעס הרגען זײ אַ מענטש, און אין זײער קאַפּריז פֿאַרקריפּלען זײ אַן אָקס.

[7] פֿאַרשאָלטן זײער כּעס, װײַל ער איז שטאַרק, און זײער צאָרן, װײַל ער איז האַרט! איך װעל זײ צעטײלן אין יעקבֿ, און זײ צעשפּרײטן אין יִשׂרָאֵל.

[8] יהוּדה, דיך װעלן דײַנע ברידער לױבן, דײַן האַנט װעט זײַן אױפֿן נאַקן פֿון דײַנע פֿײַנט, די זין פֿון דײַן פֿאָטער װעלן זיך בוקן צו דיר.

[9] אַ יונגער לײב איז יהוּדה; פֿון פֿאַרצוקונג, מײַן זון, ביסטו אַרױפֿגעגאַנגען; ער קניט, ער הױערט װי אַ לײב, און װי אַ לײבינטע – װער קען אים אױפֿרײצן?

[10] נישט אַװעקגײן װעט װערן דער סקעפּטער פֿון יהוּדה, און אַ געזעץ־געבער פֿון צװישן זײַנע פֿיס, ביז שילוֹ װעט קומען, און צו אים װעלן פֿעלקער געהאָרכן.

[11] ער בינדט צום װײַנשטאָק זײַן יונגאײזל, אום צום װײַנצװײַג דעם זון פֿון זײַן אײזעלין. ער װאַשט אין װײַן זײַן קלײד, און אין בלוט פֿון טרױבן זײַן בגד;

[12] רױט זײַן אױגן פֿון װײַן, און װײַס זײַן צײנער פֿון מילך.

[13] זבֿולון װעט װױנען בײַם באָרטן פֿון ימען, און ער װעט זײַן אַ האַװן פֿאַר שיפֿן, און זײַן באָרטן איבער צידון.

[14] יִשׂשָׂכָר איז אַ בײניקער אײזל, ער הױערט צװישן די לאַסטן.

[15] און ער האָט געזען די מנוחה, אַז זי איז גוט, און דאָס לאַנד, אַז עס איז ליב, האָט ער געבױגן זײַן רוקן צו טראָגן, און איז געצװונגען אַרבעט געװאָרן.

[16] דָן װעט זײַן אַ ריכטער פֿאַר זײַן פֿאָלק, װי אײנער פֿון די שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל.

[17] דָן װעט זײַן אַ שלאַנג אױפֿן װעג, אַ שלאַנג אױפֿן שטעג, װאָס בײַסט די טריט פֿון דעם פֿערד, און זײַן רײַטער פֿאַלט אַהינטער.

[18] אױף זײַן הילף, ה׳, טו איך האָפֿן.

[19] גָד – אים װעט אַ מחנה באַפֿאַלן, אָבער ער װעט אָנפֿאַלן אױף זײער טריט.

[20] בײַ אָשֵרן װעט פֿעט זײַן זײַן ברױט, און ער װעט אַרױסגעבן מַלכות-געריכטן.

[21] נַפֿתָּלי איז אַ הינדין אַ פֿלינקע; ער גיט אַרױס שײנע רײד.

[22] אַ פֿרוכטיק בײמל איז יוֹסף, אַ פֿרוכטיק בײמל בײַ אַ קװאַל; די צװײַגן שפּרײַזן איבער דער מױער.

[23] און אים געביטערט, און געשאָסן, און אים געפֿײַנט האָבן די פֿײַלמענער;

[24] אָבער פֿעסט איז זײַן בױגן געבליבן, און געשיקט געװען זײַנען די אָרעמס פֿון זײַנע הענט, דורך די הענט פֿון דעם מאַכטיקן פֿון יעקבֿ, פֿון דאָרט – פֿון דעם פּאַסטוך, דעם פֿעלדז פֿון יִשׂרָאֵל;

[25] פֿון דעם ג-ט פֿון דײַן פֿאָטער װאָס העלפֿט דיר, און פֿון שַדַי װאָס בענטשט דיך, מיט ברכות פֿון הימל פֿון אױבן, ברכות פֿון תּהום װאָס הױערט אונטן, ברכות פֿון ברוסטן און טראַכט.

[26] די ברכות פֿון דײַן פֿאָטער שטײַגן אַריבער די ברכות פֿון מײַנע עלטערן – ביז דעם שפּיץ פֿון די אײביקע בערג. זײ זאָלן זײַן אױף דעם קאָפּ פֿון יוֹספֿן, און אױפֿן קאַפּעלע דעם פֿירשט פֿון זײַנע ברידער.

[27] בנימין איז אַ װאָלף װאָס פֿאַרצוקט; אין דער פֿרי עסט ער פֿאַנג, און אין אָװנט טײלט ער רױב.

[28] די אַלע זײַנען די צװעלף שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, און דאָס איז װאָס זײער פֿאָטער האָט צו זײ גערעדט און זײ געבענטשט; איטלעכן װי לױט זײַן ברכה האָט ער זײ געבענטשט.

[29] און ער האָט זײ באַפֿױלן, און זײ אָנגעזאָגט: איך װער אײַנגעזאַמלט צו מײַן פֿאָלק; באַגראָבט מיך לעבן מײַנע עלטערן, אין דער הײל װאָס אין דעם פֿעלד פֿון עֶפֿרוֹן דעם חִתּי.

[30] אין דער הײל װאָס אין דעם פֿעלד פֿון מַכפֵּלָה, װאָס פֿאַר מַמרֵא אין לאַנד כּנַעַן, װאָס אבֿרהם האָט אָפּגעקױפֿט מיטן פֿעלד פֿון עֶפֿרוֹן דעם חִתּי פֿאַר אַ קבֿר-אײגנטום –

[31] דאָרטן האָט מען באַגראָבן אבֿרהמען און זײַן װײַב שׂרהן, דאָרטן האָט מען באַגראָבן יִצחָקן און זײַן װײַב רבקהן, און דאָרטן האָב איך באַגראָבן לאהן –

[32] דער אײַנקױף פֿון דעם פֿעלד מיט דער הײל װאָס דרינען, פֿון די קינדער פֿון חֵת.

[33] און װי יעקבֿ האָט געענדיקט זײַן צַװָאֶה צו זײַנע זין, אַזױ האָט ער אַרײַנגענומען זײַנע פֿיס אין בעט, און איז פֿאַרגאַנגען, און איז אײַנגעזאַמלט געװאָרן צו זײַן פֿאָלק.

בְּרֵאשִׁית — Chapters