Skip to content
Opens in a new window

[1] קער צוריק, קער צוריק, שולַמית, קער צוריק, קער צוריק, מיר זאָלן דיך אָנקוקן. װאָס װעט איר זען אין שולַמית? אַזױ װי אַ טאַנץ אין צװײ רײען.

[2] װי שײן דײַנע טריט אין סאַנדאַלן, דו פֿירשטלעכע טאָכטער! דײַנע רונדע דיכן װי צירונג געמאַכט פֿון די הענט פֿון אַ קינצלער.

[3] דײַן נאָפּל אַ בעכער אַ רונדער; עס פֿעלט נישט דער מישװײַן. דײַן בױך אַ הױפֿן װײץ מיט ליליען באַזױמט.

[4] דײַנע צװײ בריסט װי צװײ הירשלעך, צװילינגס פֿון אַ הירשין.

[5] דײַן האַלדז װי אַ טורעם פֿון עלפֿנבײן; – דײַנע אױגן – די טײַכן אין חֶשבוֹן בײַם טױער פֿון בת-רַבים; דײַן נאָז װי דער טורעם פֿון לבֿנוֹן װאָס קוקט צו דַמֶשֶׂק.

[6] דײַן קאָפּ אױף דיר װי דער כַּרמֶל, און די לאָקן פֿון דײַן קאָפּ אַזױ װי פּורפּל; אַ מלך איז אין די פֿלעכטן פֿאַרקניפּט.

[7] װי שײן ביסטו און װי זיס ביסטו, געליבטע, אין תּענוגים!

[8] דער דאָזיקער װוּקס דײַנער איז געגליכן צו אַ טײטלבױם, און די בריסט דײַנע צו הענגלעך טרױבן.

[9] איך האָב געזאָגט: איך װעל אַרױפֿגײן צום טײטלבױם, און װעל אָננעמען זײַנע צװײַגן; און דײַנע בריסט זאָלן זײַן אַזױ װי הענגלעך פֿון װײַנשטאָק, און דער רֵיח פֿון דײַן פּנים װי עפּל;

[10] און דײַן גומען װי װײַן גוטער װאָס גײט גלאַטיק אַראָפּ מײַן געליבטן, װאָס מאַכט רעדן די ליפּן פֿון שלאָפֿיקע.

[11] איך בין מײַן געליבטנס, און צו מיר איז זײַן געלוסט.

[12] קום, געליבטער מײַן, לאָמיר אַרױסגײן אין פֿעלד, לאָמיר נעכטיקן צװישן די ציפּערבלומען.

[13] לאָמיר זיך פֿעדערן צו די װײַנגערטנער, לאָמיר זען אױב געבליט האָט דער װײַנשטאָק, אױב געעפֿנט האָבן זיך די קװײטן, אױב געצװיט האָבן די מילגרױמען; דאָרטן װעל איך געבן מײַן ליבשאַפֿט צו דיר.

[14] די ליבעפּעלעך גיבן אַרױס אַ רֵיח, און פֿאַר אונדזערע טירן זײַנען אַלערלײ טײַערע פֿרוכט, נײַע און אַלטע, װאָס איך האָב באַהאַלטן פֿאַר דיר, מײַן געליבטער.

שִיר הַשִירִים — Chapters