[1] איך בין געקומען אין מײַן גאָרטן, שװעסטער מײַן כּלה, געקליבן מײַן מירע מיט מײַנע בשׂמים; געגעסן מײַן סאָט מיט מײַן האָניק, געטרונקען מײַן װײַן מיט מײַן מילך. עסט, חבֿרים, טרינקט און באַרױשט אײַך מיט ליבשאַפֿט.
[2] איך שלאָף און מײַן האַרץ איז אױף; האָרך! מײַן געליבטער קלאַפּט; עפֿן מיר, מײַן שװעסטער, מײַן געליבטע, מײַן טױב, מײַן אומשולדיקע, װאָרעם מײַן קאָפּ איז פֿול מיט טױ, מײַנע לאָקן מיט טראָפּנס פֿון נאַכט.
[3] איך האָב אױסגעטאָן מײַן מאַנטל, װי קען איך עס אָנטאָן? איך האָב געװאַשן מײַנע פֿיס, װי קען איך זײ אײַנריכטן?
[4] האָט מײַן געליבטער אױסגעשטרעקט זײַן האַנט דורכן טירלאָך, און מײַנע אינגעװײד האָבן געברומט צו אים.
[5] בין איך אױפֿגעשטאַנען עפֿענען מײַן געליבטן, און מײַנע הענט האָבן מירע געטריפֿט, און מײַנע פֿינגער פֿליסיקע מירע אױף די הענטלעך פֿון ריגל.
[6] איך האָב געעפֿנט מײַן געליבטן, אָבער מײַן געליבטער איז פֿאַרשװוּנדן, אַװעק – מײַן זעל איז אױסגעגאַנגען – װען ער האָט גערעדט צו מיר – איך האָב אים געזוכט, און האָב אים נישט געפֿונען, איך האָב אים גערופֿן, און ער האָט מיר נישט געענטפֿערט.
[7] האָבן מיך געטראָפֿן די װעכטער װאָס גײען אַרום אין דער שטאָט, האָבן זײ מיך געשלאָגן, האָבן זײ מיך פֿאַרװוּנדט; אַראָפּגענומען מײַן מאַנטל פֿון מיר האָבן די װעכטער פֿון די מױערן.
[8] איך באַשװער אײַך, טעכטער פֿון ירושָלַיִם, אַז איר װעט געפֿינען מײַן געליבטן, װאָס איר זאָלט אים זאָגן: אַז קראַנק פֿון ליבשאַפֿט בין איך.
[9] װאָס איז דײַן געליבטער פֿאַר אַ געליבטער, דו שענסטע פֿון פֿרױען? װאָס איז דײַן געליבטער פֿאַר אַ געליבטער, װאָס דו האָסט אַזױ אונדז באַשװאָרן?
[10] מײַן געליבטער איז קלאָר און גערױטלט, די פֿאָן פֿון צען טױזנט.
[11] זײַן קאָפּ איז פֿײַן גינגאָלד, זײַנע לאָקן געקרײַזלט, שװאַרץ װי דער ראָב.
[12] זײַנע אױגן װי טױבן בײַ בעכן פֿון װאַסער; געבאָדן אין מילך, אײַנגעזעצט אין פֿולן.
[13] זײַנע באַקן װי אַ בײט בשׂמים, װי טורעמלעך געװירצן; זײַנע ליפּן ליליען װאָס טריפֿן פֿליסיקע מירע.
[14] די הענט זײַנע גילדערנע װאַלצן מיט גאָלדשטײן באַזעצט; זײַן לײַב אַ שטיק עלפֿנבײן מיט סאַפּירן באַדעקט.
[15] זײַנע שענקלען מירמלזײַלן געגרונטפֿעסט אױף שװעלן פֿון גינגאָלד; זײַן אָנבליק װי דער לבֿנוֹן, אױסדערװײלט װי די צעדערן.
[16] זײַן גומען איז זיסקײט, און ער אין גאַנצן אַ גלוסטיקײט. דאָס איז מײַן געליבטער, און דאָס איז מײַן חבֿר, טעכטער פֿון ירושָלַיִם.