Skip to content
Opens in a new window

[1] ביסט שײן, געליבטע מײַן, ביסט שײן, דײַנע אױגן זײַנען טױבן פֿון דײַן שלײער אַדורך; דײַנע האָר װי אַ סטאַדע ציגן װאָס לאָזן זיך אַראָפּ פֿון באַרג גִלעָד.

[2] דײַנע צײן װי אַ סטאַדע שאָף געטאָקטע, װאָס קומען אַרױף פֿון געװעש, װאָס צװילינגען זיך אַלע, און נישטאָ קײן פֿאַרװאַרפֿערין צװישן זײ.

[3] װי אַ רױט פֿאָדעם זײַנען דײַנע ליפּן, און דײַן מױל איז באַחֵנט; װי אַן אױפֿשניט מילגרױם איז דײַן שלײף פֿון דײַן שלײער אַדורך.

[4] דײַן האַלדז װי דער טורעם פֿון דָוִד אױף אָנצוקוקן געבױט – טױזנט פּאַנצערס הענגען אױף אים, אַלע שילדן פֿון די גיבוֹרים.

[5] דײַנע צװײ בריסט װי צװײ הירשלעך, צװילינגס פֿון אַ הירשין, װאָס פֿיטערן זיך צװישן די ליליען.

[6] ביז פֿאַרװײען װעט דער טאָג און אַנטרינען װעלן די שאָטנס, װעל איך מיר גײן צום באַרג פֿון מירע, און צום בערגל פֿון װײַרעך.

[7] ביסט אין גאַנצן שײן, געליבטע מײַן, און קײן פֿעלער איז אין דיר נישטאָ.

[8] מיט מיר פֿון לבֿנוֹן, מײַן כּלה, מיט מיר פֿון לבֿנוֹן זאָלסטו קומען; װעסט אַראָפּקוקן פֿון שפּיץ פֿון אַמָנָה, פֿון שפּיץ פֿון שׂניר און חֶרמוֹן, פֿון די װױנונגען פֿון די לײבן, פֿון די בערג פֿון די לעמפּערטן.

[9] דו האָסט מיך געפֿאַנגען, שװעסטער מײַן כּלה, דו האָסט מיך געפֿאַנגען מיט אײנעם פֿון דײַנע בליקן, מיט אײן שנור פֿון דײַנע האַלדזבענדער.

[10] װי שײן איז דײַן ליבשאַפֿט, שװעסטער מײַן כּלה, װי בעסער דײַן ליבשאַפֿט פֿון װײַן, און דער רֵיח פֿון דײַנע אײלן, פֿון אַלערלײ בשׂמים!

[11] האָניקזאַפֿט טריפֿן דײַנע ליפּן, מײַן כּלה, האָניק און מילך איז אונטער דײַן צונג, און דער רֵיח פֿון דײַנע קלײדער װי דער רֵיח פֿון לבֿנוֹן.

[12] אַ פֿאַרשלאָסענער גאָרטן איז מײַן שװעסטער מײַן כּלה, אַ פֿאַרשלאָסענער ברונעם, אַ פֿאַרחתמעטער קװאַל.

[13] דײַנע צװײַגן – אַ סָוד מילגרױמען מיט טײַערע פֿרוכט, ציפּערבלומען מיט נאַרדן;

[14] נאַרד און זאַפֿראַן, געװירצראָר און צימערינג מיט אַלערלײ װײַרױכבײמער, מירע און אַלאָען מיט אַלערלײ געקליבענע בשׂמים.

[15] אַ גאָרטנקװאַל, אַ ברונעם לעבעדיקע װאַסער, און פֿלוסן פֿון לבֿנוֹן.

[16] דערװעק דיך, צפֿון-װינט, און קום, דו דָרום-װינט; בלאָז אױף מײַן גאָרטן, זײַנע בשׂמים זאָלן פֿליסן, זאָל קומען מײַן געליבטער אין זײַן גאָרטן, און עסן זײַן טײַערע פֿרוכט.

שִיר הַשִירִים — Chapters