[1] אױף מײַן געלעגער בײַ נאַכט האָב איך געזוכט דעם װאָס מײַן זעל האָט ליב; איך האָב אים געזוכט, און האָב אים נישט געפֿונען.
[2] לאָמיך אױפֿשטײן און אַרומגײן אין שטאָט, אין די מערק און אין די גאַסן, לאָמיך זוכן דעם װאָס מײַן זעל האָט ליב. איך האָב אים געזוכט, און האָב אים נישט געפֿונען.
[3] האָבן מיר געטראָפֿן די װעכטער װאָס גײען אַרום אין דער שטאָט: דעם װאָס מײַן זעל האָט ליב צי האָט איר געזען?
[4] קױם בין איך אַװעק פֿון זײ, באַלד האָב איך געפֿונען, דעם װאָס מײַן זעל האָט ליב; האָב איך אים אָנגענומען און האָב אים נישט אָפּגעלאָזט, ביז איך האָב אים געבראַכט אין הױז פֿון מײַן מוטער, און אין קאַמער פֿון מײַן געװינערין.
[5] איך באַשװער אײַך, טעכטער פֿון ירושָלַיִם, בײַ די הירשן אָדער בײַ די הינדן פֿון פֿעלד, אױב איר װעט װעקן און אױב איר װעט אױפֿװעקן די ליבשאַפֿט, ביז זי װעט באַגערן.
[6] װער איז די װאָס גײט אױף פֿונעם מדבר, אַזױ װי זײַלן פֿון רױך, באַרײכערט מיט מירע און װײַרעך, מיט אַלערלײ װירצשטױב פֿון קרעמער?
[7] אָט איז דאָס אַפּריוֹן פֿון שלמהן, זעכציק גיבוֹרים אַרום איר, פֿון די גיבוֹרים פֿון יִשׂרָאֵל;
[8] אַלע באַגורט מיט אַ שװערד, געניט אין מלחמה; איטלעך זײַן שװערד אױף זײַן דיך, פֿון װעגן דער אַנגסט אין די נעכט.
[9] אַן אַפּריוֹן האָט זיך מלך שלמה געמאַכט פֿון האָלצן פֿון לבֿנוֹן;
[10] אירע זײַלן האָט ער פֿון זילבער געמאַכט, איר אָנלען פֿון גאָלד, איר אױסבעט פֿון פּורפּל; אינעװײניק געפֿלאַסטערט מיט ליבשאַפֿט פֿון די טעכטער פֿון ירושָלַיִם.
[11] גײט אַרױס, טעכטער פֿון צִיוֹן, און קוקט אָן מלך שלמה, אין דער קרױן װאָס זײַן מוטער האָט אים באַקרײנט, אין טאָג פֿון זײַן חתונה, און אין טאָג פֿון זײַן האַרצנפֿרײד.