[1] װוּהין איז געגאַנגען דײַן געליבטער, דו שענסטע פֿון פֿרױען? װוּהין האָט זיך געקערט דײַן געליבטער, אַז מיר זאָלן אים זוכן מיט דיר?
[2] מײַן געליבטער האָט גענידערט צו זײַן גאָרטן צו די בײטן פֿון בשׂמים, צו װאַנדערן אין די גערטנער און אױפֿקלײַבן ליליען.
[3] איך בין מײַן געליבטנס, – און מײַן געליבטער איז מײַן – דער װאָס װאַנדערט צװישן די ליליען.
[4] ביסט שײן, מײַן געליבטע, װי תִּרצָה, ליבלעך װי ירושָלַיִם, פֿאָרכטיק װי מחנות באַפֿאָנטע.
[5] קער אַװעק דײַנע אױגן פֿון מיר, װאָרעם זײ האָבן מיך באַװעלטיקט. דײַנע האָר איז װי אַ סטאַדע ציגן װאָס לאָזן זיך פֿון גִלעָד אַראָפּ.
[6] דײַנע צײן װי אַ סטאַדע שאָף װאָס קומען אַרױף פֿון געװעש, װאָס צװילינגען זיך אַלע, און נישטאָ קײן פֿאַרװאַרפֿערין צװישן זײ.
[7] װי אַן אױפֿשניט מילגרױם איז דײַן שלײף, פֿון דײַן שלײער אַדורך.
[8] זעכציק די מלכּות, און אַכציק די קעפּסװײַבער, און יונגפֿרױען אָן צאָל.
[9] אײנע מײַן טױב, מײַן אומשולדיקע; אײנע איז זי בײַ איר מוטער, אױסדערװײלט איז זי בײַ איר װאָס האָט איר געבאָרן. טעכטער האָבן זי געזען און זי געלױבט, מלכּות און קעפּסװײַבער – און זי גערימט:
[10] װער איז די װאָס קוקט אַרױס װי דער פֿרימאָרגן, שײן װי די לִבֿנָה, לױטער װי די זון, פֿאָרכטיק װי מחנות באַפֿאָנטע?
[11] צו דעם נוסגאָרטן האָב איך גענידערט, צו באַקוקן די שפּראָצן פֿון טאָל, צו זען אױב געבליט האָט דער װײַנשטאָק, אױב געצװיט האָבן די מילגרױמען.
[12] נישט װיסנדיק האָט מײַן זעל מיך געבראַכט צו די רײַטװעגן פֿון מײַן פֿירשטלעכן פֿאָלק.