Skip to content
Opens in a new window
Listen to this chapter • 7:03

[1] און ה׳ האָט גערעדט צו משהן אין מדבר סינַי, אין צװײטן יאָר נאָך זײער אַרױסגײן פֿון לאַנד מִצרַיִם, אין ערשטן חודש, אַזױ צו זאָגן:

[2] די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלן מאַכן דעם קָרבָּן-פֶּסַח אין זײַן געשטעלטער צײַט.

[3] אין פֿערצנטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן חודש קעגן אָװנט, אין זײַן געשטעלטער צײַט זאָלט איר אים מאַכן; לױט אַלע זײַנע דינים און לױט אַלע זײַנע געזעצן זאָלט איר אים מאַכן.

[4] האָט משה גערעדט צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, צו מאַכן דעם קָרבָּן-פֶּסַח.

[5] און זײ האָבן געמאַכט דעם קָרבָּן-פֶּסַח אין ערשטן חודש, אין פֿערצנטן טאָג פֿון חודש קעגן אָװנט, אין מדבר סינַי; אַזױ װי אַל װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן משהן, אַזױ האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל געטאָן.

[6] אָבער עס זײַנען געװען מענער װאָס זײַנען געװען אומרײן פֿון דעם טױטן לײַב פֿון אַ מענטשן, און זײ האָבן נישט געקענט מאַכן דעם קָרבָּן-פֶּסַח אין יענעם טאָג; האָבן זײ גענענט פֿאַר משהן און פֿאַר אַהרֹנען אין יענעם טאָג.

[7] און יענע מענער האָבן צו אים געזאָגט: מיר זײַנען אומרײן פֿון דעם טױטן לײַב פֿון אַ מענטשן; פֿאַר װאָס זאָלן מיר געמינערט װערן, נישט מקריבֿ צו זײַן דעם קָרבָּן פֿון ה׳ אין זײַן געשטעלטער צײַט צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל?

[8] האָט משה געזאָגט צו זײ: האַרט, און איך װעל הערן װאָס ה׳ װעט באַפֿעלן װעגן אײַך.

[9] און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:

[10] רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: אַז עמיצער אײנער פֿון אײַך, אָדער פֿון אײַערע קומעדיקע דורות װעט זײַן אומרײן פֿון אַ טױטן לײַב, אָדער זײַן אין אַ װײַטן װעג, זאָל ער פֿון דעסטװעגן מאַכן אַ קָרבָּן-פֶּסַח צו ה׳.

[11] אין צװײטן חודש, אין פֿערצנטן טאָג, קעגן אָװנט זאָלן זײ אים מאַכן; מיט מַצות און ביטערע קרײַטעכער זאָלן זײ אים עסן.

[12] זײ זאָלן נישט איבערלאָזן פֿון אים ביז אין דער פֿרי, און אַ בײן זאָלן זײ נישט צעברעכן אין אים; לױט דעם גאַנצן דין פֿון קָרבָּן-פֶּסַח זאָלן זײ אים מאַכן.

[13] אָבער דער מאַן װאָס איז רײן, און אין װעג איז ער נישט, און ער פֿאַרמײַדט זיך צו מאַכן דעם קָרבָּן-פֶּסַח, יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון איר פֿאָלק; װײַל ער האָט דעם קָרבָּן פֿון ה׳ נישט מקריבֿ געװען אין זײַן געשטעלטער צײַט, זאָל יענער מאַן טראָגן זײַן זינד.

[14] און אַז בײַ אײַך װעט זיך אױפֿהאַלטן אַ פֿרעמדער, און ער װעט מאַכן אַ קָרבָּן-פֶּסַח צו ה׳, איז, אַזױ װי דער דין פֿון קָרבָּן-פֶּסַח און אַזױ װי זײַן געזעץ, אַזױ זאָל ער טאָן; אײן דין זאָל זײַן בײַ אײַך אי פֿאַר דעם פֿרעמדן, אי פֿאַר דעם אײַנגעבאָרענעם פֿון לאַנד.

[15] און אין דעם טאָג װאָס מע האָט אױפֿגעשטעלט דעם מישכּן, האָט דער װאָלקן צוגעדעקט דעם מישכּן, דאָס געצעלט פֿון צײגנים; און אין אָװנט פֿלעגט זײַן איבערן מישכּן אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון פֿײַער, ביז אין דער פֿרי.

[16] אַזױ פֿלעגט זײַן תּמיד: דער װאָלקן פֿלעגט אים צודעקן, און דאָס אױסזען פֿון פֿײַער בײַ נאַכט.

[17] און װעדליק דער װאָלקן פֿלעגט זיך אױפֿהײבן פֿון איבערן געצעלט, אַזױ פֿלעגן דערנאָך ציִען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; און אין דעם אָרט װאָס דער װאָלקן פֿלעגט דאָרטן רוען, דאָרטן פֿלעגן לאַגערן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.

[18] לױט דעם מױל פֿון ה׳ פֿלעגן ציִען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און לױט דעם מױל פֿון ה׳ פֿלעגן זײ לאַגערן; כּל-זמן דער װאָלקן פֿלעגט רוען אױפֿן מישכּן, פֿלעגן זײ לאַגערן.

[19] און אַז דער װאָלקן האָט זיך פֿאַרלענגערט אױפֿן מישכּן פֿיל טעג, האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל געהיט די היטונג פֿון ה׳, און פֿלעגן נישט ציִען.

[20] און אַ מאָל פֿלעגט דער װאָלקן זײַן געצײלטע טעג אױפֿן מישכּן; לױט דעם מױל פֿון ה׳ פֿלעגן זײ לאַגערן, און לױט דעם מױל פֿון ה׳ פֿלעגן זײ ציִען.

[21] און אַ מאָל פֿלעגט זײַן דער װאָלקן פֿון אָװנט ביז אין דער פֿרי, און װי דער װאָלקן האָט זיך אױפֿגעהױבן אין דער פֿרי, אַזױ האָבן זײ געצױגן; אָדער אַ טאָג מיט אַ נאַכט, און װי דער װאָלקן האָט זיך אױפֿגעהױבן, אַזױ האָבן זײ געצױגן.

[22] צי צװײ טעג, צי אַ חודש, צי אַ יאָר – אַז דער װאָלקן האָט זיך פֿאַרלענגערט אױפֿן מישכּן צו רוען אױף אים, פֿלעגן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל לאַגערן און נישט ציִען, און װי ער האָט זיך אױפֿגעהױבן, פֿלעגן זײ ציִען.

[23] לױט דעם מױל פֿון ה׳ פֿלעגן זײ לאַגערן, און לױט דעם מױל פֿון ה׳ פֿלעגן זײ ציִען; זײ האָבן געהיט די היטונג פֿון ה׳, לױט דעם מױל פֿון ה׳ דורך משהן.

במִדְבר — Chapters