Skip to content
Opens in a new window
Listen to this chapter • 7:31

[1] און ה׳ האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן:

[2] איטלעכער בײַ זײַן פֿאָן, לױט די צײכנס פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער, זאָלן לאַגערן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; אַקעגנאיבער רונד אַרום דעם אוֹהל-מוֹעד זאָלן זײ לאַגערן.

[3] און די װאָס לאַגערן אין מזרח צו זונאױפֿגאַנג זאָלן זײַן: די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון יהוּדה לױט זײערע מחנות, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון יהוּדה, נַחשוֹן דעם זון פֿון עַמינָדָבֿן,

[4] און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, פֿיר און זיבעציק טױזנט און זעקס הונדערט.

[5] און די װאָס לאַגערן לעבן אים: שבֿט יִשׂשָׂכָר, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון יִשׂשָׂכָר, נתַנאֵל דעם זון פֿון צוּעַרן,

[6] און זײַן חיל – זײַנע געצײלטע, פֿיר און פֿופֿציק טױזנט און פֿיר הונדערט;

[7] שבֿט זבֿולון, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון זבֿולון, אֶליאָבֿ דעם זון פֿון חֵלוֹנען,

[8] און זײַן חיל – זײַנע געצײלטע, זיבן און פֿופֿציק טױזנט און פֿיר הונדערט.

[9] אַלע געצײלטע פֿון דעם לאַגער פֿון יהוּדה: הונדערט און אַכציק טױזנט און זעקס טױזנט און פֿיר הונדערט, לױט זײערע מחנות. זײ זאָלן ציִען צוערשט.

[10] די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון ראובֿן זאָל זײַן צו דָרום, לױט זײערע מחנות, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון ראובֿן, אֶליצור דעם זון פֿון שדֵיאורן,

[11] און זײַן חיל – זײַנע געצײלטע, זעקס און פֿערציק טױזנט און פֿינף הונדערט.

[12] און די װאָס לאַגערן לעבן אים: שבֿט שמעון, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון שמעון, שלומיאֵל דעם זון פֿון צורישַדָין,

[13] און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, נײַן און פֿופֿציק טױזנט און דרײַ הונדערט;

[14] און שבֿט גָד, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון גָד, אֶליָסָף דעם זון פֿון רְעואֵלן,

[15] און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, פֿינף און פֿערציק טױזנט און זעקס הונדערט און פֿופֿציק.

[16] אַלע געצײלטע פֿון דעם לאַגער פֿון ראובֿן, הונדערט טױזנט און אײן און פֿופֿציק טױזנט און פֿיר הונדערט און פֿופֿציק, לױט זײערע מחנות. און זײ זאָלן ציִען די צװײטע.

[17] און דער אוֹהל-מוֹעד, דער לאַגער פֿון די לוִיִים, זאָל ציִען אין מיטן פֿון די לאַגערן; אַזױ װי זײ רוען, אַזױ זאָלן זײ ציִען; איטלעכער אױף זײַן אָרט לױט זײערע פֿאָנעס.

[18] די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון אפֿרים לױט זײער מחנות זאָל זײַן צו מערבֿ, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון אפֿרים, אֶלישָמָע דעם זון פֿון עַמיהודן,

[19] און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, פֿערציק טױזנט און פֿינף הונדערט.

[20] און לעבן אים שבֿט מנַשֶה, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון מנַשֶה, גַמליאֵל דעם זון פֿון פּדָהצורן,

[21] און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, צװײ און דרײַסיק טױזנט און צװײ הונדערט;

[22] און שבֿט בנימין, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון בנימין, אַבֿידָן דעם זון פֿון גדעונין,

[23] און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, פֿינף און דרײַסיק טױזנט און פֿיר הונדערט.

[24] אַלע געצײלטע פֿון דעם לאַגער פֿון אפֿרים, הונדערט טױזנט און אַכט טױזנט און הונדערט, לױט זײערע מחנות. און זײ זאָלן ציִען די דריטע.

[25] די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון דָן זאָל זײַן צו צפֿון, לױט זײערע מחנות, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון דָן, אַחיעֶזֶר דעם זון פֿון עַמישַדָין,

[26] און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, צװײ און זעכציק טױזנט און זיבן הונדערט.

[27] און די װאָס לאַגערן לעבן אים: שבֿט אָשֵר, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון אָשֵר, פּגעִיאֵל דעם זון פֿון עָכרָנען,

[28] און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, אײן און פֿערציק טױזנט און פֿינף הונדערט;

[29] און שבֿט נַפֿתָּלי, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון נַפֿתָּלי, אַחירַע דעם זון פֿון עֵינָנען,

[30] און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, דרײַ און פֿופֿציק טױזנט און פֿיר הונדערט.

[31] אַלע געצײלטע פֿון דעם לאַגער פֿון דָן, הונדערט טױזנט און זיבן און פֿופֿציק טױזנט און זעקס הונדערט. זײ זאָלן ציִען צולעצט לױט זײערע פֿאָנעס.

[32] דאָס זײַנען די געצײלטע פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער; אַלע געצײלטע פֿון די לאַגערן, לױט זײערע מחנות, זײַנען געװען זעקס מאָל הונדערט טױזנט און דרײַ טױזנט און פֿינף הונדערט און פֿופֿציק.

[33] אָבער די לוִיִים זײַנען נישט געצײלט געװאָרן צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.

[34] און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן משהן; אַזױ האָבן זײ גערוט לױט זײערע פֿאָנעס, און אַזױ האָבן זײ געצױגן, איטלעכער לױט זײַנע משפּחות, בײַ זײַן פֿאָטערהױז.

במִדְבר — Chapters