Skip to content
Opens in a new window
Listen to this chapter • 8:55

[1] און אין זיבעטן חודש, אין ערשטן טאָג פֿון חודש, זאָל זײַן אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע בײַ אײַך, קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר נישט טאָן; אַ טאָג פֿון שאַלונג זאָל עס אײַך זײַן.

[2] און איר זאָלט מאַכן אַ בראַנדאָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳: אײן יונגן אָקס, אײן װידער, זיבן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער.

[3] און זײער שפּײַזאָפּפֿער: זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, דרײַ צענטל צו דעם אָקס, צװײ צענטל צו דעם װידער,

[4] און אײן צענטל צו איטלעכן שעפּס פֿון די זיבן שעפּסן.

[5] און אײן ציגנבאָק אַ זינדאָפּפֿער, מכַפּר צו זײַן אױף אײַך.

[6] אַחוץ דעם בראַנדאָפּפֿער פֿון ראָש-חודש און זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײערע גיסאָפּפֿער, לױט זײער דין, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳.

[7] און אין צענטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן זיבעטן חודש זאָל זײַן אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע בײַ אײַך; און איר זאָלט פּײַניקן אײַער זעל; קײן אַרבעט זאָלט איר נישט טאָן.

[8] און איר זאָלט מקריבֿ זײַן אַ בראַנדאָפּפֿער צו ה׳ פֿאַר אַ געשמאַקן ריח: אײן יונגן אָקס, אײן װידער, זיבן שעפּסן יאָריקע; אָן אַ פֿעלער זאָלן זײ בײַ אײַך זײַן.

[9] און זײער שפּײַזאָפּפֿער: זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, דרײַ צענטל צו דעם אָקס, צװײ צענטל צו דעם אײן װידער;

[10] צו צענטל, צו צענטל פֿאַר איטלעכן שעפּס פֿון די זיבן שעפּסן.

[11] אײן ציגנבאָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם זינדאָפּפֿער פֿון פֿאַרגעבונג, און דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײערע גיסאָפּפֿער.

[12] און אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון זיבעטן חודש זאָל זײַן אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע בײַ אײַך; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר נישט טאָן. און איר זאָלט פֿײַערן אַ פֿײַערטאָג צו ה׳ זיבן טעג.

[13] און איר זאָלט מקריבֿ זײַן אַ קָרבָּן בראַנדאָפּפֿער, אַ פֿײַעראָפּפֿער, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳: דרײַצן יונגע אָקסן, צװײ װידערס, פֿערצן שעפּסן יאָריקע; אָן אַ פֿעלער זאָלן זײ זײַן.

[14] און זײער שפּײַזאָפּפֿער: זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, דרײַ צענטל צו איטלעכן אָקס פֿון די דרײַצן אָקסן, צװײ צענטל צו איטלעכן װידער פֿון די צװײ װידערס,

[15] און צו צענטל, צו צענטל פֿאַר איטלעכן שעפּס פֿון די פֿערצן שעפּסן.

[16] און אײן ציגנבאָק אַ זינדאָפּפֿער; אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער, זײַן שפּײַזאָפּפֿער און זײַן גיסאָפּפֿער.

[17] און אױפֿן צװײטן טאָג: צװעלף יונגע אָקסן, צװײ װידערס, פֿערצן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער.

[18] און זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער, צו די אָקסן, צו די װידערס, און צו די שעפּסן, לױט זײער צאָל, אַזױ װי דער דין.

[19] און אײן ציגנבאָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײערע גיסאָפּפֿער.

[20] און אױפֿן דריטן טאָג: עלף יונגע אָקסן, צװײ װידערס, פֿערצן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער.

[21] און זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער, צו די אָקסן, צו די װידערס, און צו די שעפּסן, לױט זײער צאָל אַזױ װי דער דין.

[22] און אײן באָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און זײַן שפּײַזאָפּפֿער און זײַן גיסאָפּפֿער.

[23] און אױפֿן פֿירטן טאָג: צען אָקסן, צװײ װידערס, פֿערצן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער.

[24] און זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער, צו די אָקסן, צו די װידערס, און צו די שעפּסן, לױט זײער צאָל אַזױ װי דער דין.

[25] און אײן ציגנבאָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער, זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײַן גיסאָפּפֿער.

[26] און אױפֿן פֿינפֿטן טאָג: נײַן אָקסן, צװײ װידערס, פֿערצן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער.

[27] און זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער, צו די אָקסן, צו די װידערס, און צו די שעפּסן, לױט זײער צאָל אַזױ װי דער דין.

[28] און אײן באָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײַן גיסאָפּפֿער.

[29] און אױפֿן זעקסטן טאָג: אַכט אָקסן, צװײ װידערס, פֿערצן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער.

[30] און זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער, צו די אָקסן, צו די װידערס, און צו די שעפּסן, לױט זײער צאָל אַזױ װי דער דין.

[31] און אײן באָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער, זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײַנע גיסאָפּפֿער.

[32] און אױפֿן זיבעטן טאָג: זיבן אָקסן, צװײ װידערס, פֿערצן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער.

[33] און זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער, צו די אָקסן, צו די װידערס, און צו די שעפּסן, לױט זײער צאָל אַזױ װי זײער דין.

[34] און אײן באָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער, זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײַן גיסאָפּפֿער.

[35] אױפֿן אַכטן טאָג זאָל זײַן אַ הײליקע אײַנזאַמלונג בײַ אײַך; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר נישט טאָן.

[36] און איר זאָלט מקריבֿ זײַן אַ בראַנדאָפּפֿער, אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳: אײן אָקס, אײן װידער, זיבן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער.

[37] זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער, צו דעם אָקס, צו דעם װידער, און צו די שעפּסן, לױט זײער צאָל אַזױ װי דער דין.

[38] און אײן באָק אַ זינדאָפּפֿער. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער, און זײַן שפּײַזאָפּפֿער, און זײַן גיסאָפּפֿער.

[39] די דאָזיקע זאָלט איר מאַכן צו ה׳ אין אײַערע יוֹם-טובֿים, אַחוץ אײַערע נדרים, און אײַערע פֿרײַװיליקע נדבֿות, פֿון אײַערע בראַנדאָפּפֿער, און פֿון אײַערע שפּײַזאָפּפֿער און פֿון אײַערע גיסאָפּפֿער, און פֿון אײַערע פֿרידאָפּפֿער.

במִדְבר — Chapters