[1] און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:
[2] רעד צו אַהרֹנען און זאָלסט זאָגן צו אים: אַז דו צינדסט אָן די ליכט זאָלן די זיבן רערלעך לײַכטן פֿאָרנט צו פֿון דער מנוֹרה.
[3] און אַהרֹן האָט אַזױ געטאָן: ער האָט אָנגעצונדן די רערלעך פֿאָרנט צו פֿון דער מנוֹרה, אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.
[4] און אַזױ איז געװען די אַרבעט פֿון דער מנוֹרה: געהאַמערט פֿון גאָלד; ביז אױף איר פֿוסגעשטעל, ביז אױף אירע בלומען, איז זי געװען געהאַמערט; אַזױ װי די זעונג װאָס ה׳ האָט באַװיזן משהן, אַזױ האָט ער געמאַכט די מנוֹרה.
[5] און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:
[6] נעם די לוִיִים פֿון צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זײ רײניקן.
[7] און אַזױ זאָלסטו טאָן צו זײ, זײ צו רײניקן: שפּריץ אױף זײ װאַסער פֿון רײניקונג, און זײ זאָלן אַריבערפֿירן אַ גאָלמעסער איבער זײער גאַנצן לײַב, און װאַשן זײערע קלײדער, און זיך רײניקן.
[8] און זײ זאָלן נעמען אַ יונגען אָקס, און דאָס שפּײַזאָפּפֿער דערצו פֿון זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל; און אַ צװײטן יונגן אָקס זאָלסטו נעמען פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער.
[9] און זאָלסט מאַכן גענענען די לוִיִים פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד; און זאָלסט אײַנזאַמלען די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
[10] און זאָלסט מאַכן גענענען די לוִיִים פֿאַר ה׳, און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױף די לוִיִים.
[11] און אַהרֹן זאָל אױפֿהײבן די לוִיִים אַן אױפֿהײבונג פֿאַר ה׳ פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, כּדי זײ זאָלן זײַן אױף צו דינען דעם דינסט פֿון ה׳.
[12] און די לוִיִים זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון די אָקסן; און מאַך אײנעם אַ זינדאָפּפֿער און אײנעם אַ בראַנדאָפּפֿער צו ה׳, מכַפּר צו זײַן אױף די לוִיִים.
[13] און זאָלסט שטעלן די לוִיִים פֿאַר אַהרֹנען און פֿאַר זײַנע זין, און זײ אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג צו ה׳.
[14] און זאָלסט אָפּשײדן די לוִיִים פֿון צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און די לוִיִים זאָלן געהערן צו מיר.
[15] און דערנאָך זאָלן קומען די לוִיִים צו באַדינען דעם אוֹהל-מוֹעד; און זאָלסט זײ רײניקן, און זײ אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג.
[16] װאָרעם אָפּגעגעבן זײַנען זײ אָפּגעגעבן צו מיר פֿון צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; אַנשטאָט איטלעכן װאָס עפֿנט דעם טראַכט, איטלעכן בכוֹר פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, האָב איך זײ גענומען פֿאַר מיר.
[17] װאָרעם צו מיר געהערט איטלעכער בכוֹר צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, פֿון אַ מענטשן אָדער פֿון אַ בהמה; אין דעם טאָג װאָס איך האָב דערשלאָגן אַלע בכוֹרים אין לאַנד מִצרַיִם, האָב איך זײ געהײליקט צו מיר.
[18] און איך האָב גענומען די לוִיִים אַנשטאָט אַלע בכוֹרים צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
[19] און איך האָב געגעבן די לוִיִים אָפּגעגעבענע צו אַהרֹנען און צו זײַנע קינדער פֿון צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, צו דינען דעם דינסט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אין אוֹהל-מוֹעד, און מכַפּר צו זײַן אױף די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, כּדי עס זאָל נישט זײַן צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אַ פּלאָג, אַז די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װעלן גענענען צום הײליקטום.
[20] און משה און אַהרֹן און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן אַזױ געטאָן צו די לוִיִים; אַזױ װי אַלץ װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן משהן װעגן די לוִיִים, אַזױ האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל צו זײ געטאָן.
[21] און די לוִיִים האָבן זיך גערײניקט, און האָבן געװאַשן זײערע קלײדער; און אַהרֹן האָט זײ אױפֿגעהױבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר ה׳, און אַהרֹן האָט מכַפּר געװען אױף זײ, כּדי זײ צו רײניקן.
[22] און דערנאָך זײַנען געקומען די לוִיִים צו דינען זײער דינסט אין אוֹהל-מוֹעד, אונטער אַהרֹנען און אונטער זײַנע זין; אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן װעגן די לוִיִים, אַזױ האָבן זײ צו זײ געטאָן.
[23] און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:
[24] דאָס איז װעגן די לוִיִים: פֿון פֿינף און צװאַנציק יאָר אַלט און העכער זאָל ער קומען צו דינען דעם דינסט בײַ דער אַרבעט פֿון אוֹהל-מוֹעד.
[25] און נאָך פֿופֿציק יאָר אַלט זאָל ער זיך אומקערן פֿון דעם אַרבעטדינסט, און מער נישט דינען.
[26] נאָר ער זאָל אונטערהעלפֿן זײַנע ברידער אין אוֹהל-מוֹעד צו היטן די היטונג, אָבער קײן דינסט זאָל ער מער נישט דינען. אַזױ זאָלסטו טאָן מיט די לוִיִים אין זײערע היטונגען.