[1] און בִלעָם האָט געזען אַז עס איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון ה׳ צו בענטשן יִשׂרָאֵל, און ער איז נישט געגאַנגען אַזױ װי די פֿריִערדיקע מאָל, אַנטקעגן כּישוף-צײכנס, נאָר ער האָט געקערט זײַן פּנים צום מדבר.
[2] און בִלעָם האָט אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן, און האָט געזען יִשׂרָאֵל רוען לױט זײַנע שבֿטים, און דער גײַסט פֿון אלֹקים איז געקומען אױף אים.
[3] און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן שפּרוך, און האָט געזאָגט: אַזױ רעדט בִלעָם דער זון פֿון בעוֹר, און אַזױ רעדט דער מאַן מיטן אָפֿענעם אױג;
[4] אַזױ רעדט דער װאָס הערט ג-טס װערטער, װאָס די זעונג פֿון שַדַי טוט ער זען, געפֿאַלן, מיט אױגן אַנטפּלעקטע:
[5] װי שײן זײַנען דײַנע געצעלטן, יעקבֿ, דײַנע װױנונגען, יִשׂרָאֵל!
[6] װי טײַכלעך זײַנען זײ אױסגעשטרעקט, װי גערטנער בײַם טײַך, װי אַלאָען װאָס ה׳ האָט געפֿלאַנצט, װי צעדערן בײַם װאַסער.
[7] װאַסער װעט רינען פֿון זײַן צװײַג, און זײַן זאָמען װעט זײַן בײַ פֿיל װאַסער; און העכער פֿון אַגַגן װעט זײַן זײַן מלך, און דערהױבן װעט זײַן זײַן מלוכה.
[8] אֵל ציט אים אַרױס פֿון מִצרַיִם, װי הערנער פֿון אַ װיזלטיר איז ער אים; ער װעט פֿאַרצערן די פֿעלקער, זײַנע פֿײַנט, און זײערע בײנער צעקנאַקן; און זײַנע פֿײַלן װעלן דורכלעכערן.
[9] ער קניט, ער לײגט זיך װי אַ לײב, און װי אַ לײבינטע – װער קען אים אױפֿרײצן? געבענטשט די װאָס בענטשן דיך, און פֿאַרשאָלטן די װאָס שילטן דיך!
[10] האָט דער צאָרן פֿון בָלָקן געגרימט אױף בִלעָמען, און ער האָט אַ פּאַטש געטאָן מיט זײַנע הענט; און בָלָק האָט געזאָגט צו בִלעָמען: צו שילטן מײַנע שָׂונאים האָב איך דיך גערופֿן, ערשט גאָר בענטשן האָסטו געבענטשט שױן דרײַ מאָל.
[11] און אַצונד אַנטלױף דיר אין דײַן הײם; איך האָב געקלערט, גרױס כּבֿוד װעל איך דיר אָנטאָן, ערשט ה׳ האָט דיך פֿאַרמיטן פֿון כּבֿוד.
[12] האָט בִלעָם געזאָגט צו בָלָקן: האָב איך נישט גערעדט נאָך צו דײַנע שלוחים, װאָס דו האָסט געשיקט צו מיר, אַזױ צו זאָגן:
[13] װען בָלָק זאָל מיר געבן זײַן הױז פֿול מיט זילבער און גאָלד, קען איך נישט איבערטרעטן דעם באַפֿעל פֿון ה׳, צו טאָן גוטס אָדער שלעכטס פֿון מײַן אײגענעם האַרצן; װאָס ה׳ װעט רעדן, װאָס װעל איך רעדן?
[14] און אַצונד זע, איך גײ צו מײַן פֿאָלק; קום, לאָמיך דיר באַשײדן װאָס דאָס דאָזיקע פֿאָלק װעט טאָן צו דײַן פֿאָלק אין סוף פֿון די טעג.
[15] און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן שפּרוך, און האָט געזאָגט: אַזױ רעדט בִלעָם דער זון פֿון בעוֹר, און אַזױ רעדט דער מאַן מיטן אָפֿענעם אױג;
[16] אַזױ רעדט דער װאָס הערט ג-טס װערטער, און װײס דעם װיסן פֿון דעם עליון – די זעונג פֿון שַדַי טוט ער זען, געפֿאַלן, מיט אױגן אַנטפּלעקטע:
[17] איך זע אים, אָבער נישט אַצונד, איך קוק אים אָן, אָבער נישט נאָנט; אַ שטערן טרעט אַרױס פֿון יעקבֿ, און אַ סקעפּטער װעט אױפֿשטײן פֿון יִשׂרָאֵל, און װעט צעהאַקן די װינקלען פֿון מוֹאָבֿ, און צעברעכן אַלע קינדער פֿון שֵת.
[18] און אֶדוֹם װעט װערן אַן אַרב, און אַן אַרב װעט װערן שֵׂעִיר, זײַן פֿײַנט; און יִשׂרָאֵל װעט אױפֿטאָן גבֿורות.
[19] און פֿון יעקבֿ װעט אײנער געװעלטיקן, און אונטערברענגען אַן איבערבלײַב פֿון שטאָט.
[20] און ער האָט געזען עַמָלֵק, און האָט אױפֿגעהױבן זײַן שפּרוך, און האָט געזאָגט: דער אָנהײב פֿון פֿעלקער איז עַמָלֵק, און זײַן סוף איז צום אונטערגאַנג.
[21] און ער האָט געזען דעם קֵיני, און האָט אױפֿגעהױבן זײַן שפּרוך, און האָט געזאָגט: פֿעסט איז דײַן װױנונג, און געמאַכט אין פֿעלדז איז דײַן נעסט;
[22] אָבער צום פֿאַרטיליקן װעט זײַן קַיִן; אײדער װאָס װעט אשור דיך פֿאַנגען.
[23] און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן משל, און האָט געזאָגט: װײ, װער קען לעבן װען אֵל װעט דאָס דאָזיקע טאָן?
[24] אָבער שיפֿן װעלן קומען פֿון דעם ברעג פֿון די כִּתּים, און זײ װעלן פּײַניקן אשור, און פּײַניקן עֵבֶֿר; און ער אױך איז צום אונטערגאַנג.
[25] און בִלעָם איז אױפֿגעשטאַנען און איז אַװעקגעגאַנגען, און האָט זיך אומגעקערט צו זײַן הײם, און אױך בָלָק איז געגאַנגען אױף זײַן װעג.