Skip to content
Opens in a new window
Listen to this chapter • 9:49

[1] און ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל, און איז אריבערגעפארן, און געקומען אין זיין אייגענער שטאט אריין.

[2] און זע, מען האט געברענגט צו אים א פאראליזשירטן, וואס איז געלעגן אויף א בעט. און ווי יהושע/ישוע האט געזען זייער אמונה, האט ער געזאגט צום פאראליזשירטן: זיי געטרייסט, מיין קינד, דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן!

[3] און זע, אייניקע פון די סופרים האבן זיך געטראכט: דער דאזיקער לעסטערט.

[4] און זעענדיק זייערע געדאנקען, האט יהושע/ישוע געזאגט: פארוואס טראכט איר בייז אין אייערע הערצער?

[5] מחמת וואס איז לייכטער, צו זאגן: דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן; אדער צו זאגן: שטיי אויף און גיי?

[6] נאר כדי איר זאלט וויסן, אז דער בר אנש האט רשות אויף דער ערד מוחל צו זיין זינד—זאגט ער דעמאלט צו דעם פאראליזשירטן—שטיי אויף, נעם דיין בעט און גיי אהיים!

[7] און ער איז אויפגעשטאנען, און איז אוועק אהיים.

[8] און ווען די המונים מענטשן האבן דאס געזען, האבן זיי זיך געפארכטן, און האבן אפגעגעבן כבוד צו ה׳, וואס האט געגעבן אזא רשות צו מענטשן.

[9] און ווען יהושע/ישוע איז פון דארטן ווייטער געגאנגען, האט ער געזען א מענטשן זיצן ביים הויז פון שטייער, ער האט געהייסן מתתיהו, און ער זאגט צו אים: פאלג מיר נאך! און ער איז אויפגעשטאנען, און האט אים נאכגעפאלגט.

[10] און עס איז געשען, בשעת ער איז געזעסן אין הויז צום טיש, זע, א סך שטייער אויפמאנער און חוטאים זענען געקומען און האבן זיך אנידערגעזעצט צוזאמען מיט יהושען/ישוען און מיט זיינע תלמידים.

[11] און ווען די פרושים האבן עס געזען, האבן זיי געזאגט צו זיינע תלמידים: פארוואס עסט אייער רבי מיט די שטייער אויפמאנער און חוטאים?

[12] ווען אבער ער האט דאס געהערט, האט ער געזאגט: די געזונטע דארפן נישט האבן קיין רופא, נאר די קראנקע.

[13] גייט און לערנט וואס דאס איז: איך וויל בארעמהארציקייט, און נישט קיין קרבן (הושע ו, ו.); מחמת איך בין נישט געקומען רופן צדיקים, נאר חוטאים.

[14] דעמאלט קומען צו אים יוחננס תלמידים, און זאגן: פארוואס פאסטן מיר און די פרושים אפט מאל, דיינע תלמידים אבער פאסטן נישט?

[15] און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: צי קענען דען די אונטערפירערס טרויערן, בשעת דער חתן איז מיט זיי? עס וועלן אבער קומען טעג, ווען דער חתן וועט פון זיי אוועקגענומען ווערן, און דעמאלט וועלן זיי פאסטן.

[16] און קיינער לייגט נישט קיין לאטע פון נישט איינגעלאפענעם טוך אויף אן אלטן בגד; מחמת די לאטע רייסט אפ פון דעם קלייד, און עס ווערט אן ערגערער ריס.

[17] מען גיסט אויך נישט אריין קיין נייעם וויין אין אלטע לאגלען, טאמער פלאצן די לאגלען, און דער וויין גיסט זיך אויס, און די לאגלען ווערן פארדארבן; נאר מען גיסט אריין נייעם וויין אין נייע לאגלען, און ביידע האלטן זיך.

[18] בעת ער האט דאס צו זיי גערעדט, זע, א שר איז געקומען, און איז אנידערגעפאלן פאר אים, און האט געזאגט: מיין טאכטער איז נאר וואס געשטארבן; נאר קום און לייג דיין האנט אויף איר, און זי וועט לעבן.

[19] און יהושע/ישוע איז אויפגעשטאנען, און האט אים נאכגעפאלגט מיט זיינע תלמידים.

[20] און זע, א פרוי, וואס האט געהאט א בלוט גאנג צוועלף יאר לאנג, איז צוגעקומען פון הינטן, און האט אנגערירט די זוים פון זיין מלבוש.

[21] מחמת זי האט צו זיך געזאגט: אויב איך וועל נאר אנרירן זיין מלבוש, וועל איך געהאלפן ווערן.

[22] און יהושע/ישוע האט זיך אויסגעדרייט און זעענדיק זי, האט ער געזאגט: זיי געטרייסט, מיין טאכטער, דיין אמונה האט דיך געראטעוועט! און די פרוי איז געזונט געווארן פון יענער שעה אָן.

[23] און ווען יהושע/ישוע איז אריינגעקומען אין הויז פון דעם שר, און האט געזען די פלייטשפילער, און דאס געטומל פון דעם המון,

[24] האט ער געזאגט: גייט אוועק! מחמת דאס מיידעלע איז נישט געשטארבן, זי שלאפט נאר. און זיי האבן זיך אויסגעלאכט פון אים.

[25] ווען אבער דער עולם איז דערווייטערט געווארן, איז ער אריינגעגאנגען, און האט זי אנגענומען ביי דער האנט; און דאס מיידעלע האט זיך אויפגעהויבן.

[26] און דער דאזיקער שם האט זיך פארשפרייט איבער יענעם גאנצן לאנד.

[27] און ווען יהושע/ישוע איז פונדאנען ווייטער געגאנגען, האבן אים נאכגעפאלגט צוויי בלינדע מענטשן, וואס האבן געשריגן און געזאגט: דערבארם דיך אויף אונדז, בן דוד!

[28] און ווען ער איז אריינגעקומען אין הויז, זענען די בלינדע צוגעקומען צו אים. און יהושע/ישוע זאגט צו זיי: גלויבט איר, אז איך קען טאן דאס דאזיקע? זאגן זיי צו אים: יא, האר!

[29] האט ער דעמאלט אנגערירט זייערע אויגן, און געזאגט: לויט אייער אמונה, אזוי זאל עס אייך געשען!

[30] און זייערע אויגן זענען אויפגעעפנט געווארן. און יהושע/ישוע האט זיי שטרענג געווארנט, אזוי צו זאגן: היט אייך, אז קיינער זאל זיך נישט דערוויסן דערפון.

[31] זיי אבער זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אים באקאנט געמאכט איבער יענעם גאנצן לאנד.

[32] און ווען זיי זענען ארויסגעגאנגען, זע, מען האט געברענגט צו אים א שטומען, באזעסן מיט א בייזן גייסט.

[33] און נאך דעם ווי דער בייזער גייסט איז ארויסגעטריבן געווארן, האט דער שטומער גערעדט. און די המונים מענטשן האבן געשטוינט, און געזאגט: נאך קיינמאל איז אזעלכעס נישט געזען געווארן אין ישראל!

[34] די פרושים אבער האבן געזאגט: דורך דעם שר פון די בייזע גייסטער טרייבט ער ארויס די בייזע גייסטער!

[35] און יהושע/ישוע איז ארומגעגאנגען איבער אלע שטעט און דערפער, לערנענדיק אין זייערע שולן, און אויסרופנדיק די גוטע בשורה פון דעם מלכות, און היילנדיק יעדע מחלה און יעדע שלאפקייט.

[36] און ווען ער האט געזען די מאסן מענטשן, האט ער אויף זיי גרויס רחמנות געהאט, ווייל זיי זענען געווען פארשמאכט און פארווארלאזט, ווי שאף, וואס האבן נישט קיין פאסטוך.

[37] דעמאלט זאגט ער צו זיינע תלמידים: דער שניט איז גרויס, נאר די ארבעטער זענען ווייניק.

[38] בעט זשע דעם האר פון דעם שניט, אז ער זאל ארויסשיקן ארבעטער צו זיין שניט!

מתתיהו — Chapters