Skip to content
Opens in a new window
Listen to this chapter • 11:09

[1] דעמאלט וועט דאס מלכות השמים זיין געגליכן צו צען יונגפרויען, וואס האבן גענומען זייערע לאמפן, און זענען אנטקעגנגעגאנגען דעם חתן.

[2] און פינף פון זיי זענען געווען נארישע, און פינף קלוגע.

[3] מחמת די נארישע האבן גענומען די לאמפן, און נישט מיטגענומען מיט זיך קיין אייל.

[4] די קלוגע אבער האבן גענומען אייל אין זייערע געפעסן, צוזאמען מיט זייערע לאמפן.

[5] און בשעת דער חתן האט זיך געזאמט, האבן אלע געדרעמלט און זענען איינגעשלאפן.

[6] ארום האלבער נאכט אבער איז געווארן א געשריי: זע, דער חתן קומט! גייט אים אנטקעגן!

[7] דעמאלט האבן זיך יענע אלע יונגפרויען אויפגעכאפט, און האבן געברענגט אין ארדנונג זייערע לאמפן.

[8] און די נארישע האבן געזאגט צו די קלוגע: גיט אונדז פון אייער אייל; ווייל אונדזערע לאמפן לעשן זיך אויס.

[9] און די קלוגע האבן געענטפערט, און געזאגט: פאר קיין פאל נישט! טאמער וועט נישט גענוג פאר אונדז און פאר אייך! גייט ליבער צו די הענדלער, און קויפט זיך.

[10] און בשעת זיי זענען אוועקגעגאנגען קויפן, איז דער חתן געקומען; און די, וואס זענען געווען גרייט, זענען אריינגעגאנגען מיט אים אויף דער חתונה, און די טיר איז פארשלאסן געווארן.

[11] און שפעטער קומען אויך די איבריקע יונגפרויען, און זאגן: האר, האר, עפן אונדז אויף!

[12] ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: באמת זאג איך אייך, איך קען אייך נישט!

[13] וואכט זשע; ווייל איר ווייסט נישט דעם טאג, און אויך נישט די שעה.

[14] מחמת גלייך ווי א מענטש פארן אוועקפארן, האט צונויפגערופן זיינע קנעכט, און זיי איבערגעגעבן זיינע גיטער;

[15] און איינעם האט ער געגעבן פינף טאלאנטן, דעם אנדערן צוויי, און דעם דריטן איינעם; יעדן לויט זיין אייגענעם כוח; און איז באלד אוועקגעפארן.

[16] און דער, וואס האט באקומען די פינף טאלאנטן, איז געגאנגען און האט געהאנדלט מיט זיי, און פארדינט אנדערע פינף.

[17] דעסגלייכן דער, וואס האט באקומען די צוויי טאלאנטן, האט פארדינט אנדערע צוויי.

[18] דער אבער, וואס האט באקומען דעם איינעם, איז געגאנגען און האט געגראבן אין דער ערד, און פארבארגן זיין הארס געלט.

[19] און נאך א לאנגער צייט קומט דער האר פון יענע קנעכט, און מאכט א חשבון מיט זיי.

[20] און עס איז געקומען דער, וואס האט באקומען די פינף טאלאנטן, און האט געברענגט אנדערע פינף טאלאנטן, און געזאגט: האר, דו האסט מיר איבערגעגעבן פינף טאלאנטן; זע, איך האב פארדינט אנדערע פינף טאלאנטן.

[21] האט זיין האר געזאגט צו אים: וואויל! דו גוטער און געטרייער קנעכט! ביסט געווען געטריי איבער ווייניק, איך וועל דיך זעצן איבער א סך; גיי אריין צו דיין הארס שמחה!

[22] איז געקומען אויך דער, וואס האט באקומען די צוויי טאלאנטן און האט געזאגט: האר, דו האסט מיר איבערגעגעבן צוויי טאלאנטן; זע, איך האב פארדינט אנדערע צוויי טאלאנטן.

[23] האט זיין האר צו אים געזאגט: וואויל! דו גוטער און געטרייער קנעכט! ביסט געווען געטריי איבער ווייניק, איך וועל דיך זעצן איבער א סך; גיי אריין צו דיין הארס שמחה!

[24] און עס איז געקומען אויך דער, וואס האט באקומען דעם איינעם טאלאנט. און האט געזאגט: האר, איך קען דיך, אז דו ביסט א הארטער מענטש; דו שניידסט, וואו דו האסט נישט געזייט. און זאמלסט, וואו דו האסט נישט צעשפרייט;

[25] און ווייל איך האב מורא געהאט, בין איך געגאנגען און האב פארבארגן דיין טאלאנט אין דער ערד. אָט האסטו דאס דייניקע!

[26] און זיין האר האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: דו בייזער און פוילער קנעכט! האסט געוואוסט, אז איך שנייד, וואו איך האב נישט געזייט און זאמל, וואו איך האב נישט צעשפרייט;

[27] האסטו דעריבער געדארפט איינלייגן מיין געלט ביי די באנקירן, און ביי מיין קומען וואלט איך אפגענומען דאס מייניקע מיט פראצענט.

[28] נעמט זשע פון אים אוועק דעם טאלאנט, און גיט אים דעם, וואס האט די צען טאלאנטן!

[29] מחמת יעדן איינעם, וואס האט, וועט געגעבן ווערן, און ער וועט האבן א שפע; פון דעם אבער, וואס האט נישט, וועט פון אים אוועקגענומען ווערן אפילו דאס, וואס ער האט יא.

[30] און דעם אומנוצלעכן קנעכט ווארפט ארויס אין דער אויסערסטער פינצטערניש. דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין.

[31] ווען אבער דער בר אנש וועט קומען אין זיין הערלעכקייט, און אלע מלאכים מיט אים, וועט ער דעמאלט זיצן אויף זיין כסא הכבוד;

[32] און פאר אים וועלן איינגעזאמלט ווערן אלע פעלקער, און ער וועט זיי אפשיידן איינס פונם אנדערן, אזויווי א פאסטוך שיידט אפ די שאף פון די ציגן.

[33] און וועט שטעלן די שאף אויף זיין רעכטער זייט, די ציגן אבער אויף דער לינקער זייט.

[34] דאן וועט דער קעניג זאגן צו די אויף זיין רעכטער זייט: קומט אהער, איר געבענטשטע פון מיין פאטער, ירשנט דאס מלכות, וואס איז צוגעגרייט געווארן פאר אייערטוועגן זינט די וועלט איז באשאפן געווארן!

[35] מחמת איך בין געווען הונגעריק, און איר האט מיר געגעבן צו עסן; איך בין געווען דורשטיק, און איר האט מיר געגעבן צו טרינקען; איך בין געווען אן אורח, און איר האט מיך אריינגענומען;

[36] א נאקעטער, און איר האט מיך באקליידט; איך בין געווען קראנק, און איר האט זיך אומגעקוקט אויף מיר; איך בין געזעסן אין תפיסה, און איר זענט געקומען צו מיר.

[37] דעמאלט וועלן די צדיקים אים ענטפערן, אזוי צו זאגן: האר, ווען האבן מיר דיך געזען הונגעריק, און האבן דיך געשפייזט, אדער דורשטיק און האבן דיר געגעבן צו טרינקען?

[38] ווען האבן מיר דיך געזען אן אורח און דיך אריינגענומען, אדער נאקעט און האבן דיך באקליידט?

[39] ווען האבן מיר דיך געזען א קראנקן אדער אין תפיסה און זענען געקומען צו דיר?

[40] און דער קעניג וועט ענטפערנדיק זאגן צו זיי: באמת זאג איך אייך, אויף וויפל איר האט עס געטאן צו איינעם פון די דאזיקע מיינע ברידער, די קלענסטע, האט איר עס געטאן צו מיר!

[41] דעמאלט וועט ער אויך זאגן צו די אויף דער לינקער זייט: גייט אוועק פון מיר, איר פארשאלטענע, אין דעם אייביקן פייער אריין, וואס איז צוגעגרייט געווארן פארן טייוול און זיינע מלאכים!

[42] מחמת איך בין געווען הונגעריק, און איר האט מיר נישט געגעבן צו עסן; איך בין געווען דורשטיק, און איר האט מיר נישט געגעבן צו טרינקען:

[43] אן אורח בין איך געווען, און איר האט מיך נישט אריינגענומען; נאקעט, און איר האט מיך נישט באקליידט; קראנק און אין תפיסה, און איר האט זיך נישט אומגעקוקט אויף מיר,

[44] דאן וועלן אויך זיי ענטפערן, אזוי צו זאגן: האר, ווען האבן מיר דיך געזען הונגעריק אדער דורשטיק אדער אן אורח אדער נאקעט אדער קראנק אדער אין תפיסה, און האבן דיך נישט באדינט?

[45] דעמאלט וועט ער זיי ענטפערן, אזוי צו זאגן: אויף וויפל איר האט עס נישט געטאן צו איינעם פון די דאזיקע קלענסטע, האט איר עס אויך נישט געטאן צו מיר!

[46] און די דאזיקע וועלן אוועקגיין צו אייביקער שטראף; די צדיקים אבער—צום אייביקן לעבן.

מתתיהו — Chapters