Skip to content
Opens in a new window
Listen to this chapter • 6:19

[1] דעמאלט איז יהושע/ישוע געפירט געווארן פון דעם גייסט אין דער מדבר אריין, כדי דער שׂטן זאל אים אויספרואוון.

[2] און פאסטנדיק פערציק טעג און פערציק נעכט, איז ער דערנאך הונגעריק געווארן.

[3] און דער אויספרואווער איז צוגעקומען און האט צו אים געזאגט: אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, זאג, אז די דאזיקע שטיינער זאלן ווערן ברויט!

[4] ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: עס שטייט געשריבן: נישט פון ברויט אליין זאל דער מענטש לעבן, נאר פון יעדן ווארט, וואס קומט ארויס פון ה׳ס מויל. (דברים ח, ג.)

[5] דעמאלט נעמט אים דער שׂטן אין דער הייליקער שטאט אריין; און האט אים געשטעלט אויפן שפיץ פון בית המקדש,

[6] און זאגט צו אים: אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, ווארף דיך אראפ; מחמת עס שטייט געשריבן: זיינע מלאכים וועט ער באפעלן וועגן דיר, און אויף די הענט וועלן זיי דיך טראגן, טאמער וועסטו דיר אנשטויסן דיין פוס אין א שטיין. (תהלים צא, יא.)

[7] האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: עס שטייט אויך געשריבן: דו זאלסט נישט אויספרואוון דעם האר, דיין ג‑ט.

[8] נאכאמאל נעמט אים דער שׂטן מיט אויף א זייער הויכן בארג, און ווייזט אים אלע קעניגרייכן פון דער וועלט, און זייער הערלעכקייט;

[9] און זאגט צו אים: אלע די דאזיקע וועל איך דיר געבן, אויב דו וועסט אנידערפאלן און זיך בוקן צו מיר.

[10] דעמאלט זאגט יהושע/ישוע צו אים: אוועק, דו שׂטן! מחמת עס שטייט געשריבן: צום האר, דיין ג‑ט, זאלסטו זיך בוקן און נאר אים אליין זאלסטו דינען!

[11] דעמאלט פארלאזט אים דער שׂטן; און זע, מלאכים זענען געקומען און האבן אים באדינט.

[12] און ווען ער האט געהערט, אז יוחנן איז איינגעזעצט געווארן, איז ער אוועק קיין גליל;

[13] און האט פארלאזט נצרת, און איז געקומען און האט געוואוינט אין כפר‑נחום, וואס ליגט ביים ים, אין די געביטן פון זבולון און נפתלי;

[14] כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן דורך ישעיהו הנביא, אזוי צו זאגן:

[15] לאנד פון זבולון און לאנד פון נפתלי, ביים וועג פונם ים, פון יענער זייט ירדן, גליל פון די פעלקער,

[16] דאס פאלק, וואס איז געזעסן אין דער פינסטער, האט געזען א גרויס ליכט, און צו די, וואס זענען געזעסן אין א לאנד און אין שאטן פון טויט, פאר זיי האט א ליכט אויפגעשיינט. (ישעיהו ט, א-ב.)

[17] פון דעמאלט אָן האט יהושע/ישוע אנגעהויבן אויסצורופן, און צו זאגן: טוט תשובה; מחמת דאס מלכות השמים האט זיך דערנענטערט!

[18] און ווי ער איז ארומגעגאנגען ביים ים פון גליל, האט ער געזען צוויי ברידער, שמעון, וואס מען רופט אים פעטרוס, און אנדריי זיין ברודער, ווארפן א נעץ אין ים אריין; מחמת זיי זענען געווען פישערלייט.

[19] און ער זאגט צו זיי: קומט, פאלגט מיר נאך, און איך וועל אייך מאכן פאר פישערס פון מענטשן!

[20] און זיי האבן גלייך פארלאזן די נעצן, און האבן אים נאכגעפאלגט.

[21] און ווען ער איז פון דארטן ווייטערגעגאנגען, האט ער געזען אנדערע צוויי ברידער, יעקב בן זבדי, און יוחנן זיין ברודער, אין דעם שיפל מיט זייער פאטער זבדי, פארריכטנדיק זייערע נעצן; און ער האט זיי גערופן.

[22] און זיי האבן גלייך פארלאזן דאס שיפל און דעם פאטער זייערן, און האבן אים נאכגעפאלגט.

[23] און ער איז ארומגעגאנגען אין גאנץ גליל, לערנענדיק אין זייערע שולן, און אויסרופנדיק די גוטע בשורה פונם מלכות, און היילנדיק אלע קראנקייטן און שלאפקייטן צווישן דעם פאלק.

[24] און זיין שם האט זיך פארשפרייט אין גאנץ סיריען; און מען האט געברענגט צו אים אלע קראנקע, וואס זענען געווען געפלאגט מיט פארשיידענע מחלות און יסורים, באזעסענע מיט בייזע גייסטער, און חולי‑נופל, און פאראליטיקער; און ער האט זיי געהיילט;

[25] און עס האבן אים נאכגעפאלגט גרויסע המונים מענטשן פון גליל און דעקאפאליס און ירושלים און יהודה און פון עבר הירדן.

מתתיהו — Chapters