Skip to content
Opens in a new window
Listen to this chapter • 5:52

[1] דאס בוך פונם שטאמבוים פון יהושע/ישוע המשיחן, דעם זון פון דוד, דעם זון פון אברהם.

[2] אברהם האט געבוירן יצחקן, און יצחק האט געבוירן יעקבן, און יעקב האט געבוירן יהודהן און זיינע ברידער.

[3] און יהודה האט געבוירן פרצן און זרחן פון תמר. און פרץ האט געבוירן חצרון, און חצרון האט געבוירן רם.

[4] און רם האט געבוירן עמינדבן, און עמינדב האט געבוירן נחשון, און נחשון האט געבוירן שלמון,

[5] און שלמון האט געבוירן בועזן פון רחב, און בועז האט געבוירן עובדן פון רות, און עובד האט געבוירן ישי,

[6] און ישי האט געבוירן דוד המלך. און דוד האט געבוירן שלמהן פון אוריהס ווייב,

[7] און שלמה האט געבוירן רחבעם, און רחבעם האט געבוירן אביה, און אביה האט געבוירן אסא,

[8] און אסא האט געבוירן יהושפטן, און יהושפט האט געבוירן יורם, און יורם האט געבוירן עזיהו,

[9] און עזיהו האט געבוירן יותם, און יותם האט געבוירן אחזן, און אחז האט געבוירן יחזקיהון,

[10] און יחזקיהו האט געבוירן מנשהן, און מנשה האט געבוירן אמון, און אמון האט געבוירן יאשיהו,

[11] און יאשיהו האט געבוירן יכניהו און זיינע ברידער, צו דער צייט פונם גלות בבל.

[12] און נאך דער פארטרייבונג קיין בבל האט יכניהו געבוירן שאלתיאלן, און שאלתיאל האט געבוירן זרובבלען,

[13] און זרובבל האט געבוירן אביהודן, און אביהוד האט געבוירן אליקים, און אליקים האט געבוירן עזורן,

[14] און עזור האט געבוירן צדוקן, און צדוק האט געבוירן יכין, און יכין האט געבוירן אליהודן,

[15] און אליהוד האט געבוירן אלעזרן, און אלעזר האט געבוירן מתן, און מתן האט געבוירן יעקבן,

[16] און יעקב האט געבוירן יוספן, דעם מאן פון מרים, פון וועלכער עס איז געבוירן געווארן יהושע/ישוע, וואס ווערט גערופן משיח.

[17] און אזוי זענען אלע דורות פון אברהם ביז דוד פערצן דורות; און פון דוד ביז צום גלות בבל פערצן דורות; און פונם גלות בבל ביז צו דעם משיח פערצן דורות.

[18] און די געבורט פון יהושע/ישוע המשיחן איז פארגעקומען אויף אזא אופן: ווען זיין מוטער מרים איז געווען פארקנסט צו יוספן, איידער זיי זענען זיך צוזאמענגעקומען, איז זי געפונען געווארן מעוברת פונם רוח הקודש.

[19] יוסף, איר מאן, איז אבער געווען א צדיק, און האט איר נישט געוואלט אנטון קיין חרפה, האט ער בדעה געהאט, שטילערהייט מיט איר זיך פאנאנדערצוגיין.

[20] און טראכטנדיק אזוי וועגן דעם, זע, א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט זיך באוויזן צו אים אין א חלום, אזוי צו זאגן: יוסף בן דוד, פארכט דיך נישט צו נעמען מרים, דיין ווייב; מחמת דאס, וואס איז אין איר געשאפן געווארן, איז פונם רוח הקודש.

[21] און זי וועט געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יהושע/ישוע; מחמת ער וועט ראטעווען זיין פאלק פון זייערע זינד.

[22] און דאס אלץ איז געשען, כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן פון דעם האר (ה׳) דורך דעם נביא, אזוי צו זאגן:

[23] זע די עלמה וועט פארגיין אין טראגן, און געבוירן א זון, און מען וועט רופן זיין נאמען עמנואל, (ישעיהו ז, יד.) וואס דער טייטש דערפון איז: ה׳ מיט אונדז.

[24] און ווען יוסף איז אויפגעשטאנען פון שלאף, האט ער געטאן, ווי דער מלאך פון דעם האר (ג‑ט) האט אים באפוילן, און ער האט גענומען צו זיך זיין ווייב;

[25] און האט זיך מיט איר נישט באהאפטן, ביז זי האט געבוירן א זון, און ער האט גערופן זיין נאמען יהושע/ישוע.

מתתיהו — Chapters