[1] און די פרושים און צדוקים זענען געקומען, כדי אים אויסצופרואוון, און האבן פארלאנגט, אז ער זאל זיי ווייזן אן אות מן השמים.
[2] ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: אין אוונט זאגט איר; עס וועט זיין שיין וועטער, מחמת דער הימל רויטלט זיך?
[3] און אינדערפרי: היינט וועט זיין שטורמדיק, מחמת דער הימל רויטלט זיך און איז טריב. דאס אויסזען פון הימל פארשטייט איר אונטערצושיידן; נאר די צייכנס פון דער צייט קענט איר נישט!
[4] א בייז און נואפדיק דור פארלאנגט א צייכן; און קיין צייכן וועט אים נישט געגעבן ווערן, אחוץ דאס צייכן פון יונה. און ער האט זיי איבערגעלאזט, און איז אוועקגעגאנגען.
[5] און די תלמידים זענען אריבערגעקומען אויף יענער זייט ים און האבן פארגעסן מיטצונעמען ברויט.
[6] און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: גיט אכטונג און היט זיך פארן זויערטייג פון די פרושים און צדוקים.
[7] און זיי האבן עס איבערגעלייגט צווישן זיך, און געזאגט: דאס איז ווייל מיר האבן נישט מיטגענומען קיין ברויט.
[8] און ווען יהושע/ישוע האט זיך דערוואוסט, האט ער געזאגט: אָ איר קליינגלויביקע, וואס רעדט איר צווישן זיך, ווייל איר האט נישט קיין ברויט?
[9] פארשטייט איר נאך נישט, און געדענקט איר נישט די (פארברענגען מיט) פינף ברויט פון די פינף טויזנט, און וויפל קערב איר האט אויפגעהויבן?
[10] אויך נישט די זיבן ברויט פאר די פיר טויזנט, און וויפל גרויסע (רביס שיריים) קערב איר האט אויפגעהויבן?
[11] ווי קומט עס, וואס איר פארשטייט נישט, אז איך האב נישט גערעדט צו אייך פון ברויט? היט אייך אבער פארן זויערטייג פון די פרושים און צדוקים.
[12] דעמאלט האבן זיי איינגעזען אז ער האט נישט געזאגט, זיי זאלן זיך היטן פארן זויערטייג פון ברויט, נאר פאר דעם פלפול פון די פרושים און צדוקים.
[13] און ווען יהושע/ישוע איז געקומען אין די געגנטן פון קסריה פון פיליפוס, האט ער געפרעגט זיינע תלמידים, אזוי צו זאגן: ווער, זאגן די מענטשן, אז דער בר אנש איז?
[14] און זיי האבן געזאגט: אייניקע (זאגן) יוחנן פון דער (ירדן) מקווה; אנדערע אבער, אליהו; נאך אנדערע ירמיהו, אדער איינער פון די נביאים.
[15] זאגט ער צו זיי: און ווער, זאגט איר, אז איך בין?
[16] האט שמעון פעטרוס ענטפערנדיק געזאגט: דו ביסט דער משיח, דער זון פון דעם לעבעדיקן ג‑ט!
[17] און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: אז וואויל איז דיר, שמעון בר‑יונה; ווייל בשר ודם האט עס דיר נישט אנטפלעקט, נאר מיין פאטער, וואס איז אין הימל!
[18] און איך זאג דיר אויך: דו ביסט פעטרוס, און אויף דעם דאזיקן פעלדזן וועל איך בויען מיין קהלה; און די טויערן פון שאול תחתית וועלן זי נישט בייקומען.
[19] און דיר וועל איך געבן די שליסלען פון דעם מלכות השמים; און וואס דו וועסט אסרן אויף דער ערד, דאס וועט זיין אסור אין הימל; און וואס דו וועסט מתיר זיין אויף דער ערד, דאס וועט זיין מותר אין הימל.
[20] דעמאלט האט ער געבאטן זיינע תלמידים, דאס זיי זאלן קיינעם נישט אויסזאגן, אז ער איז דער משיח.
[21] פון דעמאלט אָן האט יהושע/ישוע המשיח אנגעהויבן צו ווייזן זיינע תלמידים, אז ער מוז גיין קיין ירושלים, און ליידן א סך פון די זקנים און הויפט כהנים און סופרים, און געטייט ווערן, און דעם דריטן טאג אויפשטיין.
[22] און פעטרוס האט אים גענומען אויף א זייט, און האט אנגעהויבן צו שרייען אויף אים, אזוי צו זאגן: שוין דיך, האר! דאס דאזיקע זאל דיר נישט געשען!
[23] ער אבער האט זיך אויסגעדרייט און געזאגט צו פעטרוסן: אוועק פון מיר, שׂטן, דו ביסט א מיכשול פאר מיר; ווייל דו האסט נישט אין זינען דאס, וואס געהערט צו ה׳, נאר דאס, וואס געהערט צו מענטשן!
[24] דעמאלט האט יהושע/ישוע געזאגט צו זיינע תלמידים! אויב עמיצער וויל מיר נאכגיין, זאל ער זיך אליין פארלייקענען, און נעמען זיין בוים, און מיר נאכפאלגן!
[25] מחמת ווער עס וויל מציל זיין זיין לעבן, דער וועט עס פארלירן; ווער אבער עס פארלירט זיין לעבן צוליב מיר, דער וועט עס געפינען.
[26] מחמת וואס וועט עס העלפן א מענטשן, אויב ער זאל געווינען די גאנצע וועלט, און פארלירן זיין לעבן? אדער וואס קען א מענטש געבן אויסצולייזן זיין לעבן?
[27] מחמת דער בר אנש וועט קומען אין דער הערלעכקייט פון זיין פאטער מיט זיינע מלאכים; און דעמאלט וועט ער פארגעלטן יעדן איינעם לויט זיינע מעשים.
[28] באמת זאג איך אייך, אז אייניקע פון די, וואס שטייען דא, וועלן נישט פארזוכן דעם טעם פון טויט, ביז זיי וועלן זען דעם בר אנש קומען אין זיין מלכות.