Skip to content
Opens in a new window

[1] און בנימין האָט געבאָרן בֶלַע זײַן בכוֹר, אַשבֵל דעם צװײטן, און אַחְרַח דעם דריטן;

[2] נוֹחה דעם פֿירטן, און רָפֿאָ דעם פֿינפֿטן.

[3] און בֶלַע האָט געהאַט זין: אַדָר, און גֵראָ, און אַבֿיהוד;

[4] און אַבֿישועַ, און נַעֲמָן, און אַחוֹח;

[5] און גֵראָ, און שפֿופֿן, און חורָם.

[6] און דאָס זײַנען די זין פֿון אֵחודן: – די דאָזיקע זײַנען געװען הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער פֿון די באַװױנער פֿון גֶבַֿע, און מע האָט זײ פֿאַרטריבן קײן מָנַחַת;

[7] און נַעֲמָן, און אַחִיָה, און גֵראָ, זײ האָבן זײ פֿאַרטריבן – ער האָט געבאָרן עוּזאָן, און אַחיחודן.

[8] און שַחרַיִם האָט געהאַט קינדער אין פֿעלד פֿון מוֹאָבֿ, נאָך דעם װי ער האָט זײ אַװעקגעשיקט – זײַנע װײַבער, חושים, און בעֲראָ.

[9] און ער האָט געהאַט מיט זײַן װײַב חוֹדֶשן: יוֹבֿבֿן, און צִבֿיאָן, און מֵישאָן, און מַלכָּמען;

[10] און יְעוצן, און שָׂכיָהן, און מִרמָהן. דאָס זײַנען געװען זײַנע זין – הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער.

[11] און מיט חושימען האָט ער געהאַט אַבֿיטובֿן, און אֶלפּעַלן.

[12] און די זין פֿון אֶלפּעַלן: עֵבֶֿר, און מִשעָם, און שֶמֶד, װאָס האָט געבױט אוֹנוֹ, און לוֹד מיט אירע טעכטערשטעט;

[13] און בריעָה, און שֶמַע, װאָס זײַנען געװען הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די באַװױנער פֿון אַיָלוֹן, די װאָס האָבן פֿאַריאָגט די באַװױנער פֿון גַת.

[14] און אַחיוֹ, שָשַק, און ירֵמוֹת,

[15] און זבֿדיָה, און עַרָד, און עֶדֶר,

[16] און מיכָאֵל, און יִשפּה, און יוֹחאָ, זײַנען געװען די זין פֿון בריעָהן.

[17] און זבֿדיָה, און משולָם, און חזקי, און חֶבֶֿר,

[18] און יִשמרַי, און יִזליאָה, און יוֹבֿבֿ, זײַנען געװען די זין פֿון אֶלפּעַלן.

[19] און יָקים, און זִכרי, און זַבֿדי,

[20] און אֶליעֵינַי, און צִלתַי, און אֶליאֵל,

[21] און עַדָיָה, און בראָיָה, און שִמרָת, זײַנען געװען די זין פֿון שִמְעִין.

[22] און יִשפּן, און עֵבֶֿר, און אֶליאֵל,

[23] און עַבֿדוֹן, און זִכרי, און חָנָן,

[24] און חַנַניָה, און עֵילָם, און עַנתוֹתִיָה,

[25] און יִפֿדְיָה, און פּנואֵל, זײַנען געװען די זין פֿון שָשַקן.

[26] און שַמשְרַי, און שחריָה, און עַתַליָה,

[27] און יַעֲרֶשיָה, און אֵלִיָה, און זִכרי, זײַנען געװען די זין פֿון ירוֹחָמען.

[28] די דאָזיקע זײַנען געװען הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער – לױט זײערע געבורטן, הױפּטן. די דאָזיקע זײַנען געזעסן אין ירושָלַיִם.

[29] און אין גִבֿעוֹן זײַנען געזעסן: דער פֿאָטער פֿון גִבֿעוֹן, װאָס דער נאָמען פֿון זײַן װײַב איז געװען מַעֲכָה;

[30] און זײַן ערשטגעבאָרענער זון עַבֿדוֹן, און צוּר, און קיש, און בַעַל, און נָדָבֿ;

[31] און גדוֹר, און אַחיוֹ, און זֶכֶר.

[32] און מִקלוֹת האָט געבאָרן שִמאָהן. און זײ אױך מיט זײערע ברידער זײַנען געזעסן אין ירושָלַיִם, אַקעגן זײערע ברידער.

[33] און נֵר האָט געבאָרן קישן, און קיש האָט געבאָרן שָאולן, און שָאול האָט געבאָרן יוֹנָתָנען, און מַלכּי-שועַן, און אַבֿינָדָבֿן, און אֶשבַעַלן.

[34] און יוֹנָתָנס זון איז געװען מריבֿ-בַעַל; און מריבֿ-בַעַל האָט געבאָרן מִיכָהן.

[35] און די זין פֿון מִיכָהן זײַנען געװען: פּיתוֹן, און מֶלֶך, און תַּארֵעַ, און אָחָז.

[36] און אָחָז האָט געבאָרן יהוֹעַדָהן; און יהוֹעַדָה האָט געבאָרן עָלֶמֶתן, און עַזמָוֶתן, און זִמרין; און זִמרי האָט געבאָרן מוֹצאָן.

[37] און מוֹצאָ האָט געבאָרן בנעָאן; זײַן זון איז געװען רָפֿה, זײַן זון אֶלעָשָׂה, זײַן זון אָצֵל.

[38] און אָצֵל האָט געהאַט זעקס זין, און דאָס זײַנען זײערע נעמען: עַזריקָם, בוֹכרו, און יִשמָעֵאל, און שעַריָה, און עוֹבַֿדיָה, און חָנָן. די אַלע זײַנען געװען די זין פֿון אָצֵלן.

[39] און די זין פֿון זײַן ברודער עֵשֶקן: אולָם זײַן בכוֹר, יְעוש דער צװײטער, און אֶליפֶֿלֶט דער דריטער.

[40] און די זין פֿון אולָמען זײַנען געװען מענטשן העלדישע גיבוֹרים, בױגנשפּאַנער; און זײ האָבן געהאַט פֿיל קינדער און קינדס-קינדער – הונדערט און פֿופֿציק. די אַלע זײַנען געװען פֿון די קינדער פֿון בנימין.

דִבֿרֵי הַיָמִים א — Chapters