[1] און עס איז געװען נאָך דעם, האָט דָוִד געשלאָגן די פּלִשתּים, און האָט זײ געמאַכט אונטערטעניק, און האָט צוגענומען גַת מיט אירע טעכטערשטעט פֿון דער האַנט פֿון די פּלִשתּים.
[2] און ער האָט געשלאָגן מוֹאָבֿ, און מוֹאָבֿ איז געװאָרן צו דָוִדן קנעכט װאָס ברענגען מִנְחָה.
[3] און דָוִד האָט געשלאָגן הַדַדעֶזֶר דעם מלך פֿון צוֹבֿה אין חַמָת, בעת ער איז געגאַנגען אױפֿשטעלן זײַן אײבערהאַנט בײַם טײַך פּרָת.
[4] און דָוִד האָט באַצװוּנגען פֿון אים טױזנט רײַטװעגן, און זיבן טױזנט רײַטער, און צװאַנציק טױזנט מאַן פֿוסגײער; און דָוִד האָט געלײמט אַלע געשפּאַנען, נאָר הונדערט געשפּאַן האָט ער איבערגעלאָזט פֿון זײ.
[5] איז אֲרַם פֿון דַרמֶשֶׂק געקומען העלפֿן הַדַדעֶזֶר דעם מלך פֿון צוֹבֿה, און דָוִד האָט געשלאָגן פֿון די אַרַמים צװײ און צװאַנציק טױזנט מאַן.
[6] און דָוִד האָט געשטעלט אין אַרַם-דַרמֶשֶׂק, און אַרָם איז געװאָרן צו דָוִדן קנעכט װאָס ברענגען מִנְחָה. און ה׳ האָט געהאָלפֿן דָוִדן אומעטום װוּ ער איז געגאַנגען.
[7] און דָוִד האָט גענומען די גילדערנע שילדן װאָס זײַנען געװען אױף הַדַדעֶזֶרס קנעכט, און האָט זײ געבראַכט קײן ירושָלַיִם.
[8] און פֿון טִבֿחת, און פֿון כּון, הַדַדעֶזֶרס שטעט, האָט דָוִד צוגענומען זײער פֿיל קופּער. דערפֿון האָט שלמה געמאַכט דעם קופּערנעם ים, און די זײַלן, און די קופּערנע כּלים.
[9] און תּוֹעו דער מלך פֿון חַמָת האָט געהערט אַז דָוִד האָט געשלאָגן דעם גאַנצן חיל פֿון הַדַדעֶזֶר דעם מלך פֿון צוֹבֿה,
[10] און ער האָט געשיקט זײַן זון הַדוֹרָמען צום מלך דָוִד אים צו פֿרעגן אױף פֿריד און אים אָנצוּװינטשן, פֿאַר װאָס ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט הַדַדעֶזֶרן, און אים געשלאָגן – װאָרעם הַדַדעֶזֶר האָט געהאַט מלחמות מיט תּוֹעון – מיט אַלערלײ גילדערנע און זילבערנע און קופּערנע כּלים.
[11] זײ אױך האָט דער מלך דָוִד געהײליקט צו ה׳, מיט דעם זילבער און דעם גאָלד װאָס ער האָט אַװעקגענומען פֿון אַלע פֿעלקער: פֿון אֶדוֹם, און פֿון מוֹאָבֿ, און פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, און פֿון די פּלִשתּים, און פֿון עַמָלֵק.
[12] און אַבֿישַי דער זון פֿון צרוּיָהן האָט געשלאָגן פֿון אֶדוֹם אין דעם טאָל פֿון זאַלץ אַכצן טױזנט.
[13] און ער האָט געשטעלט װאַכן אין אֶדוֹם, און גאַנץ אֶדוֹם איז געװאָרן קנעכט צו דָוִדן. און ה׳ האָט געהאָלפֿן דָוִדן אומעטום װוּ ער איז געגאַנגען.
[14] און דָוִד האָט געקיניגט איבער גאַנץ יִשׂרָאֵל, און ער האָט געטאָן רעכט און גערעכטיקײט צו זײַן גאַנצן פֿאָלק.
[15] און יוֹאָבֿ דער זון פֿון צרוּיָהן איז געװען איבערן חיל; און יהוֹשָפֿט דער זון פֿון אַחילוּדן, דער דערמאָנער.
[16] און צָדוֹק דער זון פֿון אַחיטובֿן, און אַבֿימֶלֶך דער זון פֿון אֶבֿיָתָרן, כּהנים; און שַוְשאָ, דער שרײַבער.
[17] און בנָיָהוּ דער זון פֿון יהוֹיָדָען, איבער די כּרֵתים און די פּלֵתים; און די זין פֿון דָוִדן, די ערשטע בײַ דער האַנט פֿון מלך.