Skip to content
Opens in a new window

[1] און דאָס זײַנען די זין פֿון דָוִדן װאָס זײַנען אים געבאָרן געװאָרן אין חֶבֿרוֹן: דער בכוֹר, אַמנוֹן, פֿון אַחינוֹעַמען פֿון יִזרְעֶאל; דער צװײטער, דָניאֵל, פֿון אַבֿיגַיִלן, פֿון כַּרמֶל;

[2] דער דריטער, אַבֿשָלום דער זון פֿון מַעֲכָה דער טאָכטער פֿון תַּלמַי דעם מלך פֿון גשור; דער פֿירטער, אַדוֹנִיָה דער זון פֿון חַגיתן;

[3] דער פֿינפֿטער, שפֿטיָה, פֿון אַבֿיטַלן; דער זעקסטער, יִתרְעָם, פֿון זײַן װײַב עֶגלָהן.

[4] די זעקס זײַנען אים געבאָרן געװאָרן אין חֶבֿרוֹן; און ער האָט דאָרטן געקיניגט זיבן יאָר און זעקס חדשים; און דרײַ און דרײַסיק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם.

[5] און די דאָזיקע זײַנען אים געבאָרן געװאָרן אין ירושָלַיִם: שִמעָא, און שוֹבֿבֿ, און נָתָן, און שלמה – פֿיר, פֿון בת-שועַ דער טאָכטער פֿון עַמיאֵלן;

[6] און יִבֿחָר, און אֶלישָמָע, און אֶליפֶֿלֶט;

[7] און נוֹגַה, און נֶפֶֿג, און יָפֿיעַ;

[8] און אֶלישָמָע, און אֶליָדָע, און אֶליפֶֿלֶט – נײַן.

[9] דאָס זײַנען אַלע זין פֿון דָוִדן, אַחוץ די זין פֿון די קעפּסװײַבער, און זײער שװעסטער תָּמָר.

[10] און דער זון פֿון שלמהן איז געװען רחַבֿעָם. זײַן זון איז געװען אַבֿיָה, זײַן זון אָסאָ, זײַן זון יהוֹשָפֿט;

[11] זײַן זון יוֹרָם, זײַן זון אַחַזיָהו, זײַן זון יוֹאָש;

[12] זײַן זון אַמַציָהו, זײַן זון עַזַריָה, זײַן זון יוֹתָם;

[13] זײַן זון אָחָז, זײַן זון חִזקִיָהו, זײַן זון מנַשֶה;

[14] זײַן זון אָמוֹן, זײַן זון יֹאשִיָהו.

[15] און די זין פֿון יֹאשִיָהון זײַנען געװען: דער בכוֹר יוֹחָנָן, דער צװײטער יהוֹיָקים דער דריטער צִדקִיָהו, דער פֿירטער, שַלום.

[16] און די זין פֿון יהוֹיָקימען זײַנען געװען: זײַן זון יכָניָה, זײַן זון צִדקִיָה.

[17] און די זין פֿון יכָניָה דעם געפֿאַנגענעם: זײַן זון שְאַלתּיאֵל,

[18] און מַלכּירָם, און פּדָיָה, און שֶנאַצַר, יקַמיָה, הוֹשָמָע, און נדַבֿיָה.

[19] און די זין פֿון פּדָיָהן: זרובבֿל, און שִמְעִי. און די קינדער פֿון זרובבֿלן: משולָם, און חַנַניָה, און זײער שװעסטער שלוֹמית;

[20] און חשובֿה, און אוֹהֶל, און ברֶכיָה, און חסַדיָה, יוּשַׁב-חֶסֶד – פֿינף.

[21] און די זין פֿון חַנַניָהן: פּלַטיָה און יְשַעְיָה. די זין פֿון ישַעיָהן: רפֿיָה. די זין פֿון רפֿיָהן: אָרנָן. די זין פֿון אַרנָנען: עוֹבַֿדיָה. די זין פֿון עוֹבַֿדיָהן: שכַניָה.

[22] און די זין פֿון שכַניָהן: שמַעיָה. און די זין פֿון שמַעיָהן: חַטוש, און יִגאָל, און בריח, און נעַריָה, און שָפֿט – זעקס.

[23] און די זין פֿון נעַריָהן: אֶליוֹעֵינַי, און חִזקִיָה, און עַזריקָם – דרײַ.

[24] און די זין פֿון אֶליוֹעֵינַין: הוֹדַוְיָהו און אֶליָשיבֿ, און פּלָיָה, און עַקובֿ, און יוֹחָנָן, און דלָיָה, און עַנָני – זיבן.

דִבֿרֵי הַיָמִים א — Chapters