[1] דאָס זײַנען די זין פֿון יִשׂרָאֵלן: ראובֿן, שמעון, לֵוִי, און יהוּדה, יִשׂשָׂכָר, און זבֿולון;
[2] דָן, יוֹסף, און בנימין, נַפֿתָּלי, גָד, און אָשֵר.
[3] די זין פֿון יהוּדהן: עֵר, און אוֹנָן, און שֵלָה; די דרײַ זײַנען אים געבאָרן געװאָרן פֿון בת-שועַ דער כּנַעֲנית, און עֵר, יהוּדהס בכוֹר, איז געװען שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, און ער האָט אים געטײט.
[4] און תָּמָר זײַן שנור האָט אים געבאָרן פֶּרֶצן, און זֶרַחן. אַלע זין פֿון יהוּדהן: פֿינף.
[5] די זין פֿון פֶּרֶצן: חֶצרוֹן, און חָמול.
[6] און די זין פֿון זֶרַחן: זִמרי, און אֵיתָן, און הֵימָן, און כַּלכּוֹל, און דָרַע; אין אַלעמען פֿינף.
[7] און די זין פֿון כַּרמין: עָכָר, דער פֿאַראומגליקער פֿון יִשׂרָאֵל װאָס האָט געפֿעלשט אָן חרם.
[8] און די זין פֿון אֵיתָנען: עַזַריָה.
[9] און די זין פֿון חֶצרוֹנען װאָס זײַנען אים געבאָרן געװאָרן: ירַחמְאֵל, און רָם, און כּלובָי.
[10] און רָם האָט געבאָרן עַמינָדָבֿן, און עַמינָדָבֿ האָט געבאָרן נַחשוֹן דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון יהוּדה.
[11] און נַחשוֹן האָט געבאָרן שַׂלמאָן, און שַׂלמאָ האָט געבאָרן בוֹעַזן.
[12] און בוֹעַז האָט געבאָרן עוֹבֿדן, און עוֹבֿד האָט געבאָרן יִשַין.
[13] און יִשַי האָט געבאָרן זײַן בכוֹר אֶליאָבֿן, און אַבֿינָדָבֿ דעם צװײטן, און שִמעָא דעם דריטן;
[14] נתַנאֵל דעם פֿירטן, רַדַי דעם פֿינפֿטן;
[15] אוֹצֶם דעם זעקסטן, דָוִד דעם זיבעטן.
[16] און זײערע שװעסטער זײַנען געװען צרוּיָה, און אַבֿיגַיִל. און די זין פֿון צרוּיָהן: אַבֿישַי, און יוֹאָבֿ, און עַשָׂהאֵל – דרײַ.
[17] און אַבֿיגַיִל האָט געבאָרן עַמָשׂאָן, און עַמָשׂאָס פֿאָטער איז געװען יֶתֶר דער יִשמָעֵאלי.
[18] און כָּלֵבֿ דער זון פֿון חֶצרוֹנען האָט געהאַט קינדער מיט דער װײַב עַזוּבֿהן – און מיט יריעוֹתן – און דאָס זײַנען אירע זין: יֵשֶר, און שוֹבֿבֿ, און אַרדוֹן.
[19] איז עַזוּבֿה געשטאָרבן און כָּלֵבֿ האָט זיך גענומען אֶפֿרָתן, און זי האָט אים געבאָרן חורן.
[20] און חור האָט געבאָרן אורין, און אורי האָט געבאָרן בצַלאֵלן.
[21] און דערנאָך איז געקומען חֶצרוֹן צו דער טאָכטער פֿון מָכיר דעם פֿאָטער פֿון גִלעָד, װאָס ער האָט גענומען װען ער איז געװען זעכציק יאָר אַלט; און זי האָט אים געבאָרן שׂגובֿן.
[22] און שׂגובֿ האָט געבאָרן יָאירן, װאָס האָט געהאַט דרײַ און צװאַנציק שטעט אין לאַנד גִלעָד.
[23] און גשור און אַרָם האָבן אַװעקגענומען פֿון זײ חַווֹת-יָאיר, קנָת און אירע טעכטערשטעט, זעכציק שטעט. די אַלע זײַנען די זין פֿון מָכיר דעם פֿאָטער פֿון גִלעָד.
[24] און נאָך חֶצרוֹנס טױט אין כָּלֵבֿ-אֶפֿרָת, האָט אַבֿיָה, חֶצרוֹנס װײַב, געבאָרן פֿון אים אַשחור דעם פֿאָטער פֿון תּקוֹעַ.
[25] און די זין פֿון ירַחמְאֵל, חֶצרוֹנס בכוֹר, זײַנען געװען: דער בכוֹר רָם, און בונָה, און אוֹרֶן, און אוֹצֶם, אַחִיָה.
[26] און ירַחמְאֵל האָט געהאַט נאָך אַן אַנדער װײַב, װאָס איר נאָמען איז געװען עַטָרָה; זי איז געװען די מוטער פֿון אוֹנָמען.
[27] און די זין פֿון רָם, ירַחמְאֵלס בכוֹר, זײַנען געװען: מַעַץ, און יָמין, און עֵקֶר.
[28] און די זין פֿון אוֹנָמען זײַנען געװען: שַמַי, און יָדָע. און די זין פֿון שַמַין: נָדָבֿ, און אַבֿישור.
[29] און דער נאָמען פֿון אַבֿישורס װײַב איז געװען אַבֿיהַיִל; און זי האָט אים געבאָרן אַחבָנען, און מוֹלידן.
[30] און די זין פֿון נָדָבֿן: סֶלֶד, און אַפּיִם. און סֶלֶד איז געשטאָרבן אָן קינדער.
[31] און די זין פֿון אַפּיִמען: יִשעִי. און די זין פֿון יִשעִין: שֵשָן. און די זין פֿון שֵשָנען: אַחלָי.
[32] און די זין פֿון יָדָע, שַמַיס ברודער: יֶתֶר, און יוֹנָתָן. און יֶתֶר איז געשטאָרבן אָן קינדער.
[33] און די זין פֿון יוֹנָתָנען: פּלֶת, און זָזאָ. דאָס זײַנען געװען די קינדער פֿון ירַחמְאֵלן.
[34] און שֵשָן האָט נישט געהאַט קײן זין נאָר טעכטער. און בײַ שֵשָנען איז געװען אַ קנעכט אַ מִצרי, װאָס זײַן נאָמען איז געװען יַרחע.
[35] האָט שֵשָן געגעבן זײַן טאָכטער צו זײַן קנעכט יַרחען פֿאַר אַ װײַב; און זי האָט אים געבאָרן עַתַּין.
[36] און עַתַּי האָט געבאָרן נָתָנען, און נָתָן האָט געבאָרן זָבֿדן.
[37] און זָבֿד האָט געבאָרן אֶפֿלָלן, און אֶפֿלָל האָט געבאָרן עוֹבֿדן.
[38] און עוֹבֿד האָט געבאָרן יֵהואן, און יֵהוּא האָט געבאָרן עַזַריָהן.
[39] און עַזַריָה האָט געבאָרן חלֶצן, און חֶלֶץ האָט געבאָרן אֶלעָשָׂהן.
[40] און אֶלעָשָׂה האָט געבאָרן סִסמָין, און סִסמָי האָט געבאָרן שַלומען.
[41] און שַלום האָט געבאָרן יקַמיָהן, און יקַמיָה האָט געבאָרן אֶלישָמָען.
[42] און די זין פֿון כָּלֵבֿ, ירַחמְאֵלס ברודער: מֵישָע זײַן בכוֹר, װאָס איז געװען דער פֿאָטער פֿון זיפֿן, און די זין פֿון מָרֵשָה דעם פֿאָטער פֿון חֶבֿרוֹנען.
[43] און די זין פֿון חֶבֿרוֹנען זײַנען געװען: קֹרַח און תַּפּוחַ, און רֶקֶם, און שֶמַע.
[44] און שֶמַע האָט געבאָרן רַחם דעם פֿאָטער פֿון יַרקעָמען, און רֶקֶם האָט געבאָרן שַמַין.
[45] און דער זון פֿון שַמַין איז געװען מָעוֹן, און מָעוֹן איז געװען דער פֿאָטער פֿון בֵית-צור.
[46] און עֵיפֿה, כָּלֵבֿס קעפּסװײַב, האָט געבאָרן חָרָנען, און מוֹצאָן, און גָזֵזן; און חָרָן האָט געבאָרן גָזֵזן.
[47] און די זין פֿון יָהדָין זײַנען געװען: רֶגֶם, און יוֹתָם, און גֵישָן, און פּלֶט, און עֵיפֿה, און שַעַף.
[48] מַעֲכָה, כָּלֵבֿס קעפּסװײַב, האָט געבאָרן שֶבֿרן, און תִּרחנָהן.
[49] און די װײַב פֿון שַעַף דעם פֿאָטער פֿון מַדמַנָה, האָט געבאָרן שוָא דעם פֿאָטער פֿון מַכְבֵּנָה און דעם פֿאָטער פֿון גִבֿעָא. און די טאָכטער פֿון כָּלֵבֿן איז געװען עַכסָה.
[50] דאָס זײַנען געװען די קינדער פֿון כָּלֵבֿן. די זין פֿון חור, דעם בכוֹר פֿון אֶפֿרָתן: שוֹבָֿל דער פֿאָטער פֿון קִריַת-יְעָרים,
[51] שַׂלמאָ דער פֿאָטער פֿון בֵית-לֶחֶם, חָרֵף דער פֿאָטער פֿון בֵית-גָדֵר.
[52] און די קינדער פֿון שוֹבָֿל דעם פֿאָטער פֿון קִריַת-יְעָרים זײַנען געװען: הָרוֹאֶה, און האַלב מנוחוֹת.
[53] און די משפּחות פֿון קִריַת-יְעָרים זײַנען געװען: די יתֵרים, און די פּותים, און די שומָתים, און די מִשרָעִים. פֿון די דאָזיקע זײַנען אַרױסגעקומען די צָרעָתים, און די אֶשתָּאולים.
[54] די קינדער פֿון שַׂלמאָן: בֵית-לֶחֶם, און די נטוֹפֿתים, עַטרוֹת-בית-יוֹאָבֿ, און אַ העלפֿט פֿון די מָנַחַתער, די צָרעִים.
[55] און די משפּחות פֿון די שרײַבער, די באַװױנער פֿון יַעְבץ, זײַנען געװען: די תִּרעָתים, די שִמעָתים, די שׂוכָתים. דאָס זײַנען די קֵינים װאָס קומען אַרױס פֿון חמַת דעם פֿאָטער פֿון דעם הױז פֿון רֵכָבֿ.