Skip to content
Opens in a new window

[1] אָדָם, שֵת, אֶנוֹש;

[2] קֵינָן, מַהלַלאֵל, יֶרֶד;

[3] חַנוֹך, מתושֶלַח, לֶמֶך;

[4] נֹח, שֵם, חָם, און יֶפֶֿת.

[5] די זין פֿון יֶפֶֿתן: גוֹמֶר, און מָגוֹג, און מָדַי, און יָוָן, און תּובַֿל, און מֶשֶך, און תּירָס.

[6] און די זין פֿון גוֹמֶרן: אַשכּנַז, און ריפֿת, און תּוֹגַרמָה.

[7] און די זין פֿון יָוָנען: אֶלישָה, און תַּרְשִישָה, די כִּתּים, און די רוֹדָנים.

[8] די זין פֿון חָמען: כּוּש, און מִצרַיִם, פּוּט, און כּנַעַן.

[9] און די זין פֿון כּוּשן: סבֿאָ, און חַוִילָה, און סַבֿתּאָ, און רַעְמָה, און סַבֿתּכאָ. און די זין פֿון רַעְמָהן: שבֿאָ, און דדָן.

[10] און כּוּש האָט געבאָרן נִמרוֹדן. ער איז געװען דער ערשטער מאַכטיקער אױף דער ערד.

[11] און מִצרַיִם האָט געבאָרן די לודים, און די עַנָמים, און די להָבֿים, און די נַפֿתּוחים,

[12] און די פַּתרוסים, און די כַּסלוחים – פֿון װאַנען די פּלִשתּים זײַנען אַרױסגעקומען – און די כַּפֿתּוֹרים.

[13] און כּנַעַן האָט געבאָרן צידון זײַן בכוֹר, און חֵתן;

[14] און דעם יבֿוסי, און דעם אֶמוֹרי, און דעם גִרגָשי;

[15] און דעם חִוִי, און דעם עַרקי, און דעם סינַי;

[16] און דעם אַרוָדי, און דעם צמָרי, און דעם חַמָתי.

[17] די זין פֿון שֵמען: עֵילָם, און אשור, און אַרפַּכשַד, און לוד, און אַרָם, און עוץ, און חול, און גֶתֶר, און מֶשֶך.

[18] און אַרפַּכשַד האָט געבאָרן שֶלַחן, און שֶלַח האָט געבאָרן עֵבֶֿרן.

[19] און בײַ עֵבֶֿרן זײַנען געבאָרן געװאָרן צװײ זין; דער נאָמען פֿון אײנעם איז געװען פֶּלֶג, װײַל אין זײַנע טעג איז צעטײלט געװאָרן די ערד; און דער נאָמען פֿון זײַן ברודער איז געװען יָקטָן.

[20] און יָקטָן האָט געבאָרן אַלמוֹדָדן, און שֶלֶפֿן, און חַצַרמָוֶתן, און יֶרַחן;

[21] און הַדוֹרָמען, און אוזָלן, און דִקלָהן;

[22] און עֵיבֿלן, און אַבֿימָאֵלן, און שבֿאָן;

[23] און אוֹפֿירן, און חַוִילָהן, און יוֹבֿבֿן. די אַלע זײַנען געװען יָקטָנס זין.

[24] שֵם, אַרפַּכשַד, שֶלַח;

[25] עֵבֶֿר, פֶּלֶג, רְעו;

[26] שׂרוג, נָחוֹר, תֶּרַח;

[27] אַבֿרם, דאָס איז אבֿרהם.

[28] די זין פֿון אבֿרהמען: יִצחָק, און יִשמָעֵאל.

[29] דאָס זײַנען זײערע געבורטן: דער בכוֹר פֿון יִשמָעֵאלן, נבָֿיוֹת, און קֵדָר, און אַדבאֵל, און מִבֿשָׂם;

[30] מִשמָע, און דומָה, מַשׂאָ, חַדַד, און תֵּימאָ;

[31] איטור, נָפֿיש, און קֵדמָה. דאָס זײַנען די זין פֿון יִשמָעֵאלן.

[32] און די זין פֿון קטורָה, אבֿרהמס קעפּסװײַב: זי האָט געבאָרן זִמרָנען, און יָקשָנען, און מדָנען, און מִדיָנען, און יִשבקן, און שוחַן. און די זין פֿון יָקשָנען זײַנען געװען: שבֿאָ, און דדָן.

[33] און די זין פֿון מִדיָנען: עֵיפֿה, און עֵפֿר, און חַנוֹך, און אַבֿידָע, און אֶלדָעָה. די אַלע זײַנען געװען די זין פֿון קטורָהן.

[34] און אבֿרהם האָט געבאָרן יִצחָקן. די זין פֿון יִצחָקן זײַנען געװען: עֵשָׂו, און יִשׂרָאֵל.

[35] די זין פֿון עֵשָׂון: אֶליפַֿז, רְעואֵל, און יְעוש, און יַעְלָם, און קֹרַח.

[36] די זין פֿון אֶליפַֿזן: תֵּימָן, און אוֹמָר צפֿי, און גַעְתָּם, קנַז, און תִּמנַע, און עַמָלֵק.

[37] די זין פֿון רְעואֵלן: נַחַת, זֶרַח, שַמָה, און מִזָה.

[38] און די זין פֿון שֵׂעִירן: לוֹטָן, און שוֹבָֿל, און צִבֿעוֹן, און עַנָה, און דִשוֹן, און אֵצֶר, און דישָן.

[39] און די זין פֿון לוֹטָנען: חוֹרי, און הוֹמָם; און די שװעסטער פֿון לוֹטָנען: תִּמנַע.

[40] די זין פֿון שוֹבָֿלן: עַליָן, און מָנַחַת, און עֵיבֿל, שפֿי, און אוֹנָם. און די זין פֿון צִבֿעוֹנען: אַיָה, און עַנָה.

[41] די זין פֿון עַנָהן: דישוֹן. און די זין פֿון דישוֹנען: חמרָן, און אֶשבן, און יִתרָן, און כּרָן.

[42] די זין פֿון אֵצֶרן: בלהָן, און זַעֲוָן, יַעֲקָן. די זין פֿון דִשוֹנען: עוץ, און אַרָן.

[43] און דאָס זײַנען די מלכים װאָס האָבן געקיניגט אין לאַנד אֶדוֹם אײדער עס האָט געקיניגט אַ קיניג בײַ די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: בֶלַע דער זון פֿון בעוֹרן; און דער נאָמען פֿון זײַן שטאָט איז געװען דִנהָבֿה.

[44] איז בֶלַע געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט יוֹבֿבֿ דער זון פֿון זֶרַחן, פֿון בָצרָה.

[45] איז יוֹבֿבֿ געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט חושָם פֿון לאַנד פֿון דעם תֵּימָני.

[46] איז חושָם געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט הַדַד דער זון פֿון בדַדן, װאָס האָט געשלאָגן מִדיָן אין פֿעלד פֿון מוֹאָבֿ; און דער נאָמען פֿון זײַן שטאָט איז געװען עַוִית.

[47] איז הַדַד געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט שַׂמלָה פֿון מַשׂרֵקָה.

[48] איז שַׂמלָה געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט שָאול פֿון רחוֹבֿוֹת בײַם טײַך.

[49] איז שָאול געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט בַעַל-חָנָן דער זון פֿון עַכבוֹרן;

[50] איז בַעַל-חָנָן געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט הַדַד; און דער נאָמען פֿון זײַן שטאָט איז געװען פָּעִי; און דער נאָמען פֿון זײַן װײַב איז געװען מהֵיטַבֿאֵל די טאָכטער פֿון מַטרֵד דער טאָכטער פֿון מֵי-זָהָבֿן.

[51] און הַדַד איז געשטאָרבן. און די פֿירשטן פֿון אֶדוֹם זײַנען געװען: דער פֿירשט פֿון תִּמנַע, דער פֿירשט פֿון עַלוָה, דער פֿירשט פֿון יתֵת;

[52] דער פֿירשט פֿון אָהליבָֿמָה, דער פֿירשט פֿון אֵלָה, דער פֿירשט פֿון פּינוֹן;

[53] דער פֿירשט פֿון קנַז, דער פֿירשט פֿון תֵּימָן, דער פֿירשט פֿון מִבֿצָר;

[54] דער פֿירשט פֿון מַגדיאֵל, דער פֿירשט פֿון עִירָם. דאָס זײַנען די פֿירשטן פֿון אֶדוֹם.

דִבֿרֵי הַיָמִים א — Chapters