[1] פוילוס, א קנעכט פון ה׳ און א שליח פון יהושע/ישוע המשיחן, לויט דער אמונה פון די אויסדערוויילטע פון ה׳, און דער דערקענטעניש פונם אמת, וואס איז לויט יראת שמים,
[2] אין דער האפענונג אויף אייביק לעבן, וואס ה׳, וועלכער זאגט נישט קיין שקר, האט פארשפראכן פון אייביקע צייטן אָן,
[3] און אין דער געהעריקער צייט אנטפלעקט זיין ווארט אין דעם אויסרופן, וואס איז מיר אנפארטרויט געווארן לויט א געבאט פון ה׳ אונדזער רעטער—
[4] צו טיטוסן, מיין ווארהאפטיקן זון לויט אונדזער געמיינזאמער אמונה: חסד און שלום פון ג‑ט דעם פאטער און משיח יהושע/ישוע אונדזער רעטער.
[5] דערפאר האב איך דיך איבערגעלאזט אין קרעטא, כדי דו זאלסט ברענגען אין ארדנונג, וואס עס פעלט נאך, און באשטימען זקנים אין יעדער שטאט, ווי איך האב דיר באפוילן;
[6] אויב איינער איז אָן א פעלער, דער מאן פון איין ווייב, האט גלויביקע קינדער, וועמען מען באשולדיקט נישט אין צעלאזנקייט, אדער אומגעהארכזאמקייט.
[7] ווארום דער משגיח דארף זיין אָן א פעלער, אלס ה׳ס פארוואלטער; נישט איינגעעקשנט, נישט קיין רגזן, נישט קיין שכור, נישט קיין שלעגער, נישט גענייגט צו שענדלעכן געווין;
[8] נאר א מכניס אורח, וואס האט ליב גוטס, מיט שליטה איבער זיך, א צדיק, א קדוש,
[9] וואס האלט זיך ביים באגלויבטן ווארט לויט דער לערנונג, כדי ער זאל זיין אימשטאנד סאי מזהיר צו זיין אין דער געזונטער לערנונג, סאי צו רעדן שטראפרייד צו די קעגנער.
[10] ווארום עס זענען פאראן א סך ווידערשפעניקע, פלאפלער און באטריגער, מערסטנס די פון די געמלטע,
[11] וועמען מען דארף פארשטאפן דאס מויל; וועלכע קערן איבער גאנצע הייזער און לערנען וואס טויג נישט צוליב שענדלעכן געווין.
[12] איינער פון זיי, זייער אייגענער נביא, האט געזאגט: די קרעטער זענען תמיד ליגנער, חיות רעות, פוילע פרעסערס.
[13] דאס דאזיקע עדות זאגן איז אמת. צוליב דער סיבה זאלסטו זיי שארף זאגן מוסר, כדי זיי זאלן זיין געזונט אין דער אמונה,
[14] און זיך נישט האלטן צו יידישע לעגענדעס און מצוות פון מענטשן, וועלכע קערן אפ פון דעם אמת.
[15] פאר די ריינע (מענטשן) איז אלץ טהור; פאר די אבער, וועלכע זענען טמא און אומגלויביק איז קיין זאך נישט טהור; נאר זייער פארשטאנד און געוויסן איז טמא.
[16] זיי זאגן, אז זיי קענען ה׳, פארלייקענען אים אבער מיט זייערע מעשים, זייענדיק אומווירדיקע און ווידערשפעניקע און וואס טויגן נישט צו קיין שום מעשים טובים.