Skip to content
Opens in a new window
Listen to this chapter • 3:26

[1] דו אבער רעד וואס עס פאסט פאר דער געזונטער לערנונג.

[2] אז זקנים זאלן זיין ניכטער, אויפריכטיק, פארשטענדיק, געזונט אין דער אמונה, אין ליבע, אין סבלנות.

[3] אז די זקנות זאלן דעסגלייכן זיך אויפפירן, ווי עס פאסט פאר קדושה, נישט רעדן קיין רכילות, נישט זיין פארשקלאפט צו א סך וויין, נאר לערערינס פון גוטס;

[4] כדי זיי זאלן מאכן די יונגע פרויען פארשטענדיק, ליב צו האבן זייערע מענער, ליב צו האבן זייערע קינדער,

[5] זאלן זיין מיט שליטה איבער זיך, צניעות, לויטער, אכטונג געבן אויפן הויז, גוט, אונטערטעניק צו זייערע אייגענע מענער, כדי ה׳ס ווארט זאל נישט געלעסטערט ווערן;

[6] דעסגלייכן זאלסטו מזהיר זיין די יונגעלייט, אז זיי זאלן זיין פארשטענדיק מיט שליטה איבער זיך;

[7] אין אלעם זאלסטו דיך אליין האלטן פאר א פארבילד פון מעשים טובים, (ארויסווייזנדיק) אין דער לערנונג אומפארדארבנקייט, ווירדיקן ערנסט,

[8] א געזונט ווארט, וואס קען נישט באשולדיקט ווערן; כדי דער קעגנער זאל זיך פארשעמען, נישט האבנדיק קיין שום שלעכטס צו זאגן פון אונדז.

[9] קנעכט זאלן זיין אונטערטעניק צו זייערע הארן און וואוילגעפעליק אין אלעם; נישט אקייגנרעדן,

[10] נישט גנבענען, נאר ארויסווייזן יעדע גוטע געטריישאפט, כדי זיי זאלן באצירן די לערנונג פון ה׳ אונדזער רעטער אין אלעם.

[11] ווארום ה׳ס חסד איז דערשינען, ברענגענדיק די ישועה צו אלע מענטשן,

[12] און לערנט אונדז, אז פארלייקענענדיק רשעות און די וועלטלעכע תאוות, זאלן מיר לעבן מיט שליטה איבער זיך, און גערעכט, און ג‑טספארכטיק אין דער דאזיקער וועלט,

[13] און ווארטן אויף דער געבענטשטער האפענונג און דערשיינונג פון דעם כבוד פון דעם גרויסן ג‑ט און אונדזער גואל משיח יהושע/ישוע,

[14] וועלכער האט זיך געגעבן פאר אונדזערטוועגן, כדי אונדז אויסצולייזן פון יעדער רשעות און צו רייניקן פאר זיך אן עם סגולה, וואס איז אייפעריק פאר מעשים טובים.

[15] די דאזיקע זאכן זאלסטו זאגן, און מזהיר זיין און שטראפן מיט יעדער שטרענגקייט. קיינער זאל דיך נישט מבזה זיין.

טיטוס בריוו — Chapters