[1] איך באשווער דיך פאר ה׳ און פאר משיח יהושע/ישוע, וועלכער וועט משפטן די לעבעדיקע און די טויטע, און פאר זיין דערשיינונג און זיין מלכות;
[2] רוף אויס דאס ווארט; טרעט אויף אין געלעגענער צייט, אין אומגעלעגענער צייט; זאג מוסר, שריי אָן, זיי מזהיר, מיט פולער געדולד און לערנונג.
[3] ווארום עס וועט זיין א צייט, ווען זיי וועלן נישט פארטראגן קיין געזונטע לערנונג; נאר וועלן זיך איינזאמלען לערער לויט זייערע אייגענע גלוסטיקייטן, האבנדיק קיצלדיקע אויערן;
[4] און וועלן אפקערן זייער אויער פון דעם אמת, און זיך ווענדן צו לעגענדעס.
[5] דו אבער זיי ניכטער אין אלעם, דערטראג ליידן, טו די ארבעט פון א מבשר, זיי ממלא דיין עבודה.
[6] ווארום איך ווער שוין געברענגט ווי א קרבן נסך, און די צייט פון מיין פטירה איז געקומען.
[7] איך האב זיך געראנגלט דעם גוטן געראנגל, האב פארענדיקט דעם וועטגעלאף, די אמונה אפגעהיטן;
[8] פון איצט אָן ליגט פאר מיר אוועקגעלייגט די קרוין פון צדקות, וועלכע דער האר, דער שופט צדק, וועט מיר געבן אין יענעם טאג; און נישט בלויז מיר אליין, נאר אויך אלעמען, וועלכע האבן ליב געהאט זיין נתגלה ווערן.
[9] ^אייל דיך באלד צו קומען צו מיר;
[10] ווארום דעמאס האט מיך פארלאזן, ליב האבנדיק עולם הזה, און איז אוועק קיין טעסאלאניקא; קרעסצענס קיין גאלאטיען, טיטוס קיין דאלמאטיען.
[11] לוקאס אליין איז מיט מיר. נעם מארקוסן און ברענג (אים) מיט דיר, ווארום ער איז מיר זייער נוצלעך צו דער עבודה.
[12] טיכיקוסן אבער האב איך אוועקגעשיקט קיין עפעזוס.
[13] דעם מאנטל, וואס איך האב איבערגעלאזט אין טראאס ביי קארפוסן, ברענג (מיט), ווען דו קומסט, און די ספרים, איבערהויפט די פארמעטן.
[14] אלעקסאנדער דער קופערשמיד האט מיר געטאן פיל בייז; דער האר וועט אים פארגעלטן לויט זיינע מעשים;
[15] פון וועמען אויך דו זאלסט דיך אויסהיטן, ווארום ער האט זיך זייער אקייגנגעשטעלט אונדזערע רייד.
[16] ביי מיין ערשטער פארטיידיקונג איז קיינער נישט געשטאנען ביי מיר, נאר אלע האבן מיך פארלאזט; זאל עס זיי נישט צוגערעכנט ווערן!
[17] דער האר אבער איז געשטאנען ביי מיר, און האט מיך געשטארקט, כדי די בשורה טובה זאל באשטעטיקט ווערן דורך מיר, און אלע אומות (העולם) זאלן זי הערן; און איך בין ניצול געווארן פון דעם לייבס מויל.
[18] דער האר וועט מיך מציל זיין פון יעדער מעשה רע, און מיך ראטעווען אין זיין מלכות שמים אריין; צו אים זאל זיין דער כבוד לעלמי עולמים. אמן.
[19] גיב אפ שלום פריסקאן און אקווילאן און די (בני) בית פון אנעסיפארוס.
[20] עראסטוס איז פארבלייבן אין קארינט; טראפימוסן אבער האב איך איבערגעלאזן קראנק אין מילעטוס.
[21] ^אייל דיך צו קומען פאר דעם ווינטער. עס געבן דיר אפ שלום עוובולוס און פודענס און לינוס און קלוידא און אלע ברידער.
[22] זאל דער האר זיין מיט דיין גייסט. דער חסד מיט אייך.