Skip to content
Opens in a new window
Listen to this chapter • 6:30

[1] דערפאר ביסטו, אָ מענטש, ווער דו זאלסט נישט זיין, וואס משפטסט, אָן א תירוץ; ווארום מיט וואס דו משפטסט דעם אנדערן, פארמשפטסטו דיך אליין, ווייל דו, וועלכער משפטסט, טוסט די דאזיקע זאכן;

[2] און מיר ווייסן אז ה׳ס משפט איז לויט דעם אמת אויף די, וואס טאן די דאזיקע זאכן.

[3] צי מיינסטו דען, אָ מענטש, וואס משפטסט די, וואס טאן די דאזיקע זאכן און טוסט זיי אליין, אז דו וועסט אויסמיידן ה׳ס משפט?

[4] אדער ביסטו מבזה די עשירות פון זיין גוטסקייט, געדולד און צוריקגעהאלטנקייט, נישט וויסנדיק, אז די גוטסקייט פון ה׳ זאל דיך פירן צום תשובה טאן?

[5] דו אבער, לויט דיין הארטקייט און דיין נישט תשובהדיקן הארץ, זאמלסט דיר איין צארן אינם טאג פון צארן און אנטפלעקונג פון ה׳ס גערעכטן משפט,

[6] וואס וועט יעדן פארגעלטן לויט זיינע מעשים: (משלי כד, ב.)

[7] צו די, וואס זוכן מיט סבלנות דורך מעשים טובים—הערלעכקייט, כבוד און אומשטערבלעכקייט, אייביק לעבן;

[8] אבער צו די ווידערשפעניקע און וואס זענען אומגעהארכזאם צום אמת נאר זענען געהארכזאם צו רשעות—צארן און גרימצארן;

[9] ליידן און אנגסט אויף יעדן מענטשלעכן נפש, וואס טוט שלעכטס, קודם כל דעם ייד און אויך דעם גריך.

[10] אבער הערלעכקייט און כבוד און שלום צו יעדן, וואס טוט גוטס, קודם כל דעם ייד און אויך דעם גריך;

[11] ווארום ה׳ איז נישט קיין נושא פנים. (דברים י, יז.)

[12] ווארום אלע, וואס האבן געזינדיקט אָן א תורה, וועלן אויך אָן א תורה פארלוירן ווערן; און אלע, וואס האבן געזינדיקט אונטער דער תורה, וועלן געמשפט ווערן דורך דער תורה;

[13] ווייל נישט די, וואס הערן די תורה, זענען גערעכט ביי ה׳, נאר די, וואס טאן (וואס) די תורה (זאגט), וועלן גערעכטפערטיקט ווערן;

[14] ווארום ווען די אומות העולם, נישט האבנדיק די תורה, טאן פון זייער טבע לויט (ווי) די תורה (שרייבט פאר), זיי, הגם נישט האבנדיק קיין תורה, זענען א תורה פאר זיך אליין.

[15] זיי ווייזן, אז דאס טאן (וואס שטייט אין) דער תורה איז געשריבן אויף זייערע הערצער, ווען זייער געוויסן זאגט עדות און זייערע געדאנקען אדער באשולדיקן זיך אדער רעכטפערטיקן זיך קעגנזייטיק;

[16] אינם טאג ווען ה׳ וועט משפטן די פארבארגענע זאכן פון מענטשן, לויט מיין בשורה טובה דורך דעם משיח יהושע/ישוע.

[17] אבער אויב דו רופסט דיך ייד און שטיצטסט דיך אויף דער תורה און בארימסט דיך מיט ה׳,

[18] און קענסט זיין רצון און, ווייסט אונטערצושיידן צווישן גוטס און שלעכטס, זייענדיק געלערנט אין דער תורה,

[19] און ביסט איבערצייגט, אז דו אליין ביסט א פירער פון בלינדע—א ליכט פאר די, וואס זענען אין דער פינסטער,

[20] א דערציער פאר די אומזיניקע, א דרדקי-מלמד, האבנדיק די פארם פון וויסן און פון אמת אין דער תורה;

[21] דעריבער דו, וואס לערנסט אן אנדערן, פארוואס לערנסטו נישט דיך אליין? דו דרשנסט, מען זאל נישט גנבענען, און אליין גנבעסטו!

[22] דו, וואס זאגסט, מען זאל נישט מזנה זיין, ביסטו מזנה! דו פאראומווירדיקסט די געצן, בארויבסטו דעם געצן טעמפל?

[23] דו, וואס בארימסט דיך מיט דער תורה, שענדסט דו ה׳ דורך עובר זיין די תורה!

[24] ווארום ה׳ס נאמען ווערט דורך אייך געלעסטערט צווישן די פעלקער, אזוי ווי עס שטייט געשריבן. (ישעיהו נב, ה.)

[25] ווארום דאס געמלט זיין האט טאקע א ווערט, אויב דו טוסט וואס די תורה זאגט; אבער אויב דו ביסט עובר די תורה איז דיין מילה געווארן אן ערלה.

[26] דעריבער, ווען דער נישט געמלטער וועט אפהיטן די משפטים פון דער תורה, צי וועט אים דען נישט זיין ערלה פאררעכנט ווערן צו מילה?

[27] און וועט דער מן-הטבע נישט געמלטער, וואס איז מקיים די תורה, דיך נישט משפטן, וואס האסט דאס אות און די מילה און ביסט עובר די תורה?

[28] ווייל נישט דער איז א ייד, וואס איז (א ייד) אויסערלעך, מילה איז אויך נישט דאס, וואס איז בלויז אויסערלעך אינם גוף;

[29] נאר א ייד איז דער, וואס איז אינערלעך אזעלכער, און מילה איז אינם הארצן לויטן גייסט, נישט לויט דעם אות, וועמעס לויב איז נישט פון מענטשן, נאר פון ה׳.

רוימער בריוו — Chapters