[1] איך דערמאן צו אייך צום גוטן אונדזער שוועסטער פעבע, וועלכע איז אויך א שמשית אין דער קהלה פון קענקרעא,
[2] כדי איר זאלט זי אזוי אויפנעמען אינם האר ווי עס שטייט אָן פאר קדושים, אז איר זאלט איר העלפן אין אלעם, אין וואס זי וועט אייך נאר ברויכן; ווארום זי איז אויך געווען א העלפערין פאר פילע, און פאר מיר אליין.
[3] גיט אפ שלום פריסקאן און אקווילאן, מיינע מיטארבעטער אינם משיח יהושע/ישוע,
[4] וועלכע האבן געלייגט זייער אייגענעם האלדז פאר מיין לעבן; וועמען נישט נאר איך בין דאנקבאר, נאר אויך אלע קהלות פון די אומות העולם;
[5] און גיט אפ שלום דער קהלה אין זייער הויז און גיט אפ שלום מיין געליבטן עפאנעטוס, וואס איז די ערשטע פרוכט צום משיח אין אזיען.
[6] גיט אפ שלום מרימען, וועלכע האט פיל געארבעט פאר אייערטוועגן.
[7] גיט אפ שלום אנדראניקוסן און יוניוסן, מיינע קרובים און מיינע מיטגעפאנגענע, וועלכע זענען בארימט צווישן די שליחים, און זענען שוין געווען אינם משיח פאר מיר.
[8] גיט אפ שלום אמפליאטוסן, מיין געליבטן אינם האר.
[9] גיט אפ שלום אורבאנוסן, אונדזער מיטארבעטער אינם משיח, און מיין געליבטן סטאכיס.
[10] גיט אפ שלום אפעלעסן, דעם אויסגעפרואווטן (מאמין) אינם משיח. גיט אפ שלום דעם הויזגעזינד פון אריסטאבולוס.
[11] גיט אפ שלום מיין קרוב העראדיאן. גיט אפ שלום די פון דעם הויזגעזינד פון נארציסוס, וואס זענען אינם האר.
[12] גיט אפ שלום טריפיינא און טריפאסא, וואס האבן שווער געארבעט אינם האר. גיט אפ שלום די געליבטע פערסיס, וועלכע האט זייער פיל געארבעט אינם האר.
[13] גיט אפ שלום רופוסן, דעם אויסדערוויילטן אינם האר, און די מוטער זיינע און מיינע.
[14] גיט אפ שלום אסינקריטוסן, פלעגאנען, הערמעסן, פאטראבאסן, הערמאסן, און די ברידער ביי זיי.
[15] גיט אפ שלום פילאלאגוסן און יוליאן, נערעאוסן און זיין שוועסטער, אויך אלימפאסן, און אלע הייליקע, וואס זענען מיט זיי.
[16] גיט אפ שלום איינער דעם אנדערן מיט א הייליקן קוש. אלע קהלות פונם משיח גיבן אייך אפ שלום.
[17] און איך בעט אייך, ברידער, אכטונג צו געבן אויף די, וואס מאכן אָן מחלוקת און מיכשולים להיפך צו דעם לערנען, וואס איר זענט געלערנט געווארן; און מיידט זיי אויס.
[18] ווארום אזעלכע מענטשן דינען נישט אונדזער האר משיח, נאר זייער אייגענעם בויך; און דורך שיינע און גלאטע רייד פארפירן זיי די הערצער פון די פשוטע מענטשן.
[19] ווארום אייער געהארכזאמקייט איז אלעמען באקאנט. דעריבער פריי איך מיך איבער אייך; נאר איך וויל, אז איר זאלט זיין חכמים וואס שייך דעם גוטן און תמימים וואס שייך דעם שלעכטן.
[20] און דער ג‑ט פון שלום וועט אין גיכן צעטרעטן דעם שׂטן אונטער אייערע פיס. זאל דער חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח זיין מיט אייך אלעמען.
[21] טימאטעוס, מיין מיטארבעטער, און לוקיוס און יאזאן און סאסיפאטער, מיינע קרובים, גיבן אייך אפ שלום.
[22] איך, טערציוס, דער שרייבער פון דעם בריוו, גיב אייך אפ שלום אינם האר.
[23] גאיוס, וועמעס גאסטפריינדשאפט איך און די גאנצע קהלה געניסן, גיט אייך אפ שלום. עראסטוס, דער שאצמייסטער פון דער שטאט, און קווארטוס דער ברודער, גיבן אייך אפ שלום.
[24] דער חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח זאל זיין מיט אייך אלעמען. אמן.
[25] צו אים אבער, וואס קען אייך שטארקן לויט מיין בשורה טובה און דאס דרשענען פון יהושע/ישוע המשיחן, לויט דער אנטפלעקונג פון דעם סוד, וואס איז געווען פארבארגן פון אייביקע צייטן אָן,
[26] איז אבער איצט נתגלה געווארן, און דורך די שריפטן פון די נביאים אויף באפעל פונם אייביקן ג‑ט באקאנט געמאכט צו אלע פעלקער צו דער געהארכזאמקייט פון דער אמונה;
[27] צו ה׳ דעם איינציקן חכם זאל זיין כבוד דורך יהושע/ישוע המשיחן לעלמי עולמים! אמן.