[1] דעם שוואכן אין דער אמונה זאלט איר מקרב זיין, נאר נישט צו האלטן וויכוחים איבער צווייפלהאפטע מיינונגען.
[2] איינער גלויבט, אז ער מעג אלץ עסן, דער שוואכער אבער עסט בלויז גרינווארג.
[3] דער, וואס עסט, זאל נישט מבזה זיין דעם, וואס עסט נישט; און דער, וואס עסט נישט, זאל נישט משפטן דעם, וואס עסט יא; ווארום ה׳ האט אים מקבל געווען.
[4] ווער ביסטו, וואס משפטסט א פרעמדן קנעכט? ער שטייט אדער פאלט פאר זיין אייגענעם האר! ער וועט אבער אויפגעשטעלט ווערן, ווארום דער האר איז אימשטאנד אים אויפצושטעלן.
[5] איינער מאכט א חילוק צווישן איין טאג און אן אנדערן, און אן אנדערער האלט אלע טעג פאר גלייך; זאל יעדער זיין גאנץ זיכער ביי זיך אין דער מחשבה.
[6] דער, וואס האלט (א געוויסן) טאג, האלט ער אים פאר דעם האר; און דער, וואס עסט, עסט פאר דעם האר, ווארום ער דאנקט דאך ה׳ דערפאר; און דער, וואס עסט נישט, עסט נישט פאר דעם האר; און דאנקט אויך ה׳ דערפאר.
[7] ווארום קיינער פון אונדז לעבט נישט פאר זיך אליין, און קיינער שטארבט נישט פאר זיך אליין.
[8] ווארום ווען מיר לעבן, לעבן מיר צום האר, און ווען מיר שטארבן, שטארבן מיר צום האר; דעריבער, צי מיר לעבן צי מיר שטארבן, זענען מיר דעם הארס.
[9] ווארום פאר דעם דאזיקן צוועק איז משיח געשטארבן און לעבעדיק געווארן, כדי ער זאל זיין האר איבער טויטע און לעבעדיקע.
[10] אבער דו, פארוואס משפטסטו דיין ברודער? אדער דו, פארוואס ביסטו מבזה דיין ברודער? ווארום מיר אלע וועלן שטיין פאר ה׳ס כסא המשפט.
[11] ווארום עס שטייט געשריבן: אזוי ווי איך לעב, זאגט דער האר ג‑ט, צו מיר וועט זיך בייגן יעדע קני, און יעדע צונג וועט לויבן ג‑ט. (ישעיהו מה, כג.)
[12] אָט אזוי ארום וועט יעדער איינער פון אונדז מוזן אפגעבן א דין וחשבון צו ה׳ פאר זיך אליין.
[13] טוט זשע מער נישט משפטן איינער דעם אנדערן. נאר האלט ליבער דאס פאר רעכט, נישט צו לייגן קיין מיכשול אדער א פאסטקע פאר דעם ברודער.
[14] איך ווייס, און בין בטוח אינם האר יהושע/ישוע, אז וועזנטלעך איז קיין זאך נישט טמא; אחוץ פאר אים, וואס באטראכט עפעס ווי טמא, פאר אים איז עס טמא.
[15] ווארום אויב דיין ברודער ווערט מצער דורך א מאכל, (וואס דו עסט), גייסטו מער נישט לויט דער ליבע. זאל יענער, פאר וועמען משיח איז געשטארבן, נישט פארלוירן ווערן דורך דיין שפייז!
[16] זאל דעריבער אייער גוטס נישט ווערן קיין סיבה צו לעסטערונג;
[17] ווארום דאס קעניגרייך פון ה׳ באשטייט נישט אין עסן און טרינקען, נאר אין צדקות און שלום און שמחה אינם רוח הקודש.
[18] ווארום דער, וואס דינט דעם משיח אינם דאזיקן, איז וואוילגעפעלן צו ה׳ און איז באוויליקט ביי מענטשן.
[19] לאמיר זשע זיך נאכיאגן נאך די זאכן פון שלום און נאך די זאכן, דורך וועלכע מיר וועלן דערבויען איינער דעם אנדערן.
[20] צעשטערט נישט ה׳ס זאך צוליב א מאכל. אלץ איז טהור; נאר עס איז שלעכט פאר דעם מענטשן, וואס ווען ער עסט עס, ווערט ער א מיכשול (פאר אן אנדערן).
[21] עס איז גוט נישט צו עסן קיין פלייש, און נישט צו טרינקען קיין וויין, און נישט צו טאן דאס, דורך וועלכן דיין ברודער שטרויכלט.
[22] די אמונה, וואס דו האסט, האב דיר פאר ה׳. וואויל איז דעם, וואס פארמשפט זיך נישט אליין דערמיט, וואס ער דערלויבט זיך.
[23] דער אבער, וואס איז מסופק, ווען ער עסט, איז פארמשפט ווייל ער טוט עס נישט פון אמונה; און אלץ, וואס איז נישט פון אמונה איז א חטא.