Skip to content
Opens in a new window
Listen to this chapter • 8:53

[1] און עס האבן זיך פארזאמלט צו אים די פרושים, און אייניקע פון די סופרים, וואס זענען געקומען פון ירושלים;

[2] און זיי האבן געזען, אז אייניקע פון זיינע תלמידים עסן ברויט מיט טמא הענט, דאס הייסט אומגעוואשן;

[3] ווארום די פרושים און אלע יידן, אויב זיי וואשן זיך נישט די הענט ביז צום עלנבויגן, עסן זיי נישט, ווייל זיי האלטן די מסורה פון די זקנים;

[4] און ווען זיי קומען פון מארק, עסן זיי נישט, אָן זיך צו וואשן; און א סך אנדערע זאכן זענען פאראן, וואס זיי האבן איבערגענומען צו האלטן, טבילות פון טרינק געפעסן, און טעפ, און קופערנע כלים.

[5] און די פרושים און די סופרים האבן אים געפרעגט; פארוואס פירן זיך דיינע תלמידים נישט אויף לויט דער מסורה פון די זקנים, נאר עסן ברויט מיט טמא הענט?

[6] ער אבער האט צו זיי געזאגט; וואויל האט ישעיהו נבואות געזאגט וועגן אייך, צבועקעס, ווי עס שטייט געשריבן: דאס דאזיקע פאלק גיט מיר אפ כבוד מיט די ליפן, אבער זייער הארץ איז ווייט פון מיר.

[7] און אומזיסט דינען זיי מיך, ווייל זיי לערנען מצוות, וואס זענען געבאטן פון מענטשן. (ישעיהו כט, יג.)

[8] איר פארלאזט ה׳ס געבאט, און האלט די מסורה פון מענטשן.

[9] און האט צו זיי געזאגט: פיין מאכט איר בטל ה׳ס געבאט, כדי איר זאלט האלטן אייער מסורה.

[10] ווארום משה האט געזאגט: דו זאלסט אפגעבן כבוד דיין פאטער און דיין מוטער, און דער, וואס פלוכט פאטער אדער מוטער, זאל געטייט ווערן. (שמות כ, יב; כא, יז.)

[11] איר אבער זאגט: אויב א מענטש וועט זאגן צום פאטער אדער צו דער מוטער: קרבן, דאס הייסט א מתנה צו ה׳, זאל זיין דאס וואס דו דארפסט פון מיר נהנה זיין;

[12] לאזט איר אים שוין גארנישט מער טאן פאר דעם פאטער אדער פאר דער מוטער;

[13] איר מאכט צונישט ה׳ס ווארט דורך אייער מסורה, וועלכע איר האט איבערגעגעבן; און א סך אזעלכע זאכן טוט איר.

[14] און האט ווידער גערופן דעם עולם מענטשן צו זיך, און צו זיי געזאגט: הערט מיך אלע צו, און פארשטייט!

[15] עס איז נישטא קיין זאך פון דרויסן פון דעם מענטשן, וואס אריינגייענדיק אין אים קען אים טמא מאכן; נאר דאס וואס קומט ארויס אויס דעם מענטשן איז עס, וואס איז מטמא דעם מענטשן.

[16] אויב עמיצער האט אויערן צום הערן, זאל ער הערן!

[17] און ווען ער איז פונם המון מענטשן אריינגעקומען אין הויז אריין, האבן זיינע תלמידים אים געפרעגט וועגן דעם משל.

[18] און ער זאגט צו זיי, אזוי, אויך זענט איר אָן פארשטאנד? צי פארשטייט איר דען נישט, אז אלץ, וואס גייט אריין אין דעם מענטשן פונדרויסן, קען אים נישט טמא מאכן?

[19] ווייל עס גייט נישט אריין אין הארצן, נאר אין בויך, און עס גייט ארויס אין בית הכסא אריין. אזוי ארום האט ער דערקלערט אלע שפייזן ריין.

[20] און האט געזאגט: וואס עס קומט ארויס פון דעם מענטשן, דאס איז דעם מענטשן מטמא.

[21] ווארום פון אינעווייניק, אויס דעם הארצן פון די מענטשן, קומען ארויס די בייזע מחשבות, זנות, גנבות, רציחות,

[22] ניאופים, געלט גייציקייט, שלעכטסקייטן, כיטרעקייט, צעלאזנקייט, א שלעכט אויג, חלול השם, גאווה, אומבאקימערטע נארישקייט;

[23] אלע די דאזיקע בייזע זאכן קומען ארויס פון אינעווייניק, און מאכן דעם מענטשן טמא.

[24] און ער האט זיך אויפגעהויבן, און איז פון דארטן אוועק צו די גרענעצן פון צור און צידון. און ווען ער איז אריינגעגאנגען אין א הויז, האט ער געוואלט, אז קיינער זאל עס נישט וויסן; און האט נישט געקענט בלייבן פארבארגן.

[25] נאר תיכף האט א פרוי וועגן אים געהערט, וואס איר טעכטערל האט געהאט אן אומריינעם גייסט, און זי איז געקומען און איז אנידערגעפאלן צו זיינע פיס.

[26] די פרוי איז אבער געווען א גריכין, א סירא‑פעניצערין לויטן אפשטאם, און האט אים געבעטן, אז ער זאל ארויסטרייבן דעם בייזן גייסט פון איר טאכטער.

[27] און ער האט צו איר געזאגט: לאז צוערשט די קינדער זאט ווערן; ווארום עס איז נישט שיין צו נעמען דאס ברויט פון די קינדער און עס ווארפן פאר די הינטלעך!

[28] זי אבער האט געענטפערט און זאגט צו אים: יא, האר; אפילו די הינטלעך אונטערן טיש עסן פון די ברעקלעך פון די קינדער!

[29] און ער האט געזאגט צו איר: צוליב דעם דאזיקן ווארט גיי דיר; דער בייזער גייסט איז שוין ארויס פון דיין טאכטער.

[30] און זי איז אוועקגעגאנגען צו זיך אהיים, און האט געפונען דאס קינד ליגן אויפן בעט, און דער בייזער גייסט איז שוין געווען ארויסגעגאנגען.

[31] און ער איז ווידער ארויסגעגאנגען פון די גרענעצן פון צור, און איז געגאנגען דורך צידון צום ים פון גליל, אינמיטן פון די גרענעצן פון די צען שטעט.

[32] און מען האט געברענגט צו טראגן צו אים איינעם, וואס איז געווען טויב און האט געשטאמלט; און מען האט אים געבעטן, אז ער זאל ארויפלייגן אויף אים די האנט.

[33] און ער האט אים אוועקגענומען פון דעם המון מענטשן אויף א זייט, האט אריינגעלייגט זיינע פינגער אין זיינע אויערן אריין, און האט אויסגעשפיגן און אנגערירט זיין צונג;

[34] און ארויפבליקנדיק צום הימל, האט ער געגעבן א זיפץ, און זאגט צו אים; אפתח! דאס הייסט מאך דיך אויף!

[35] און זיינע אויערן האבן זיך אויפגעעפנט, און גלייך האט זיך דאס באנד פון זיין צונג לויז געמאכט, און ער האט ריכטיג גערעדט.

[36] און ער האט זיי באפוילן אז זיי זאלן עס קיינעם נישט זאגן; אבער וואס מער ער האט זיי באפוילן, אלץ מער האבן זיי עס פארשפרייט.

[37] און זיי זענען געווען אויסער זיך פון שטוינען, און האבן געזאגט: ער האט אלץ וואויל געטאן; אפילו די טויבע מאכט ער הערן, און די שטומע רעדן!

מארקוס — Chapters