Skip to content
Opens in a new window
Listen to this chapter • 17:49

[1] און אין צוויי טעג ארום איז געווען פסח און חג המצות; און די הויפט כהנים און סופרים האבן געזוכט וויאזוי אים צו כאפן מיט כיטרעקייט,

[2] און אים צו טייטן. ווארום זיי האבן געזאגט: נישט יום טוב, טאמער וועט ווערן א מהומה צווישן פאלק!

[3] און בשעת ער איז געווען אין בית‑היני אין דעם הויז פון שמעון דעם מצורע, זיצנדיק ביים טיש, איז געקומען א פרוי מיט אן אלאבאסטער פלאש פול מיט עכטער קאסטבארער נארד‑זאלב; און זי האט צעבראכן די אלאבאסטער פלאש, און אויסגעגאסן אויף זיין קאפ.

[4] עס זענען אבער געווען אייניקע, וואס זענען געווארן צארנדיק צווישן זיך, (אזוי צו זאגן:) צו וואס איז די דאזיקע פארשווענדונג פון דעם זאלבאייל געמאכט געווארן?

[5] ווארום מען האט געקענט פארקויפן דעם דאזיקן זאלבאייל פאר מער ווי דריי הונדערט דינרים, און עס געבן צו די ארעמעלייט. און זיי האבן זיך אנגעבייזערט אויף איר.

[6] יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: לאזט זי צורו! וואס פארשאפט איר זי עגמת נפש? זי האט מיר געטאן א גוטע זאך.

[7] ווארום די ארעמעלייט האט איר תמיד ביי זיך, און ווען איר ווילט, קענט איר זיי טאן גוטס; מיך אבער האט איר נישט תמיד.

[8] וואס זי האט געקענט, דאס האט זי געטאן; זי האט פארויס געזאלבט מיין גוף צו דער קבורה.

[9] און באמת זאג איך אייך: וואו נאר די גוטע בשורה וועט אנגעזאגט ווערן אין דער גאנצער וועלט, וועט אויך דערציילט ווערן, וואס זי האט געטאן, לזכר פון איר.

[10] און יהודה איש‑קריות, איינער פון די צוועלף, איז אוועקגעגאנגען צו די הויפט כהנים, כדי אים איבערצוגעבן צו זיי.

[11] און ווען זיי האבן עס געהערט, האבן זיי זיך געפריידט, און אים צוגעזאגט צו געבן געלט. און ער האט געזוכט א גינסטיקע געלעגנהייט, אים צו פארראטן.

[12] און דעם ערשטן טאג פון חג המצות, ווען מען האט געשחטן דאס קרבן פסח, זאגן צו אים זיינע תלמידים: וואו ווילסטו, זאלן מיר גיין און צוגרייטן, כדי דו זאלסט עסן דאס קרבן פסח?

[13] און ער שיקט צוויי פון זיינע תלמידים, און זאגט צו זיי: גייט אין דער שטאט אריין, און עס וועט אייך באגעגענען א מענטש, טראגנדיק א קרוג מיט וואסער; אים זאלט איר נאכפאלגן;

[14] און וואו נאר ער וועט אריינגיין, זאלט איר זאגן צום בעל הבית: דער רבי זאגט: וואו איז מיין גאסט שטוב, אין וועלכער איך זאל עסן דאס קרבן פסח מיט מיינע תלמידים?

[15] און ער וועט אייך ווייזן א גרויסע אויבערע שטוב, אויסגעשטאט מיט הסבבעטן, פארטיק; און דארטן זאלט איר צוגרייטן פאר אונדז.

[16] און די תלמידים זענען ארויסגעגאנגען, און זענען געקומען אין דער שטאט אריין, און האבן געפונען אזוי ווי ער האט זיי געזאגט; און זיי האבן צוגעגרייט דאס קרבן פסח.

[17] און ווען עס איז געווארן אוונט, קומט ער מיט די צוועלף.

[18] און בשעת זיי האבן זיך אנגעלענט און געגעסן, האט יהושע/ישוע געזאגט: באמת זאג איך אייך: איינער פון אייך וועט מיך פארראטן, דער, וואס עסט מיט מיר! (תהלים מא, ט.)

[19] האבן זיי אנגעהויבן טרויעריק צו ווערן, און צו זאגן צו אים איינער נאכן אנדערן: דאך נישט איך?

[20] ער אבער האט צו זיי געזאגט: איינער פון די צוועלף, דער, וואס טונקט איין מיט מיר אין דער קערה.

[21] דער בר אנש גייט טאקע לויט ווי עס שטייט געשריבן וועגן אים; וויי איז אבער צו יענעם מענטשן, דורך וועמען דער בר אנש ווערט פארראטן! עס וואלט געווען גוט פאר יענעם מענטשן, אויב ער וואלט נישט געבוירן געווארן!

[22] און בשעת זיי האבן געגעסן, האט ער גענומען ברויט, געמאכט א ברכה, האט עס צעבראכן, און געגעבן צו זיי, און געזאגט: נעמט; דאס דאזיקע איז מיין גוף.

[23] און ער האט גענומען א כוס, האט געמאכט א ברכה, און געגעבן צו זיי; און זיי האבן אלע געטרונקען דערפון.

[24] און ער האט צו זיי געזאגט: דאס דאזיקע איז מיין בלוט פון דעם נייעם בונד, וואס ווערט פארגאסן פאר פילע.

[25] באמת זאג איך אייך: איך וועל נישט מער טרינקען פון דער פרוכט פונם וויינשטאק, ביז צו יענעם טאג, ווען איך וועל עס טרינקען ניי אין דעם קעניגרייך פון ה׳.

[26] און ווען זיי האבן אפגעזונגען הלל, זענען זיי ארויסגעגאנגען צום הר הזיתים.

[27] און יהושע/ישוע זאגט צו זיי: אלע וועט איר געשטרויכלט ווערן; ווייל עס שטייט געשריבן: איך וועל שלאגן דעם פאסטוך, און די שאף וועלן צעשפרייט ווערן. (זכריה יג, ז.)

[28] נאר נאך מיין אויפשטיין, וועל איך אייך פארויסגיין קיין גליל.

[29] פעטרוס אבער האט צו אים געזאגט: אפילו אויב אלע וועלן געשטרויכלט ווערן, וועל איך דאך נישט.

[30] און יהושע/ישוע זאגט צו אים: באמת זאג איך דיר: היינט, אין דער דאזיקער נאכט, איידער דער האן וועט צוויימאל קרייען, וועסטו מיך דריימאל פארלייקענען!

[31] ער אבער האט נאך אייפריקער גערעדט: אויב איך זאל מוזן שטארבן צוזאמען מיט דיר, וועל איך דיך בשום אופן נישט פארלייקענען. און דעסגלייכן האבן אויך אלע געזאגט.

[32] און זיי קומען צו א הויף, וואס האט געהייסן גת‑שמני; און ער זאגט צו זיינע תלמידים: זעצט זיך דא אנידער, ביז איך וועל האבן תפילה געטאן.

[33] און ער נעמט פעטרוסן מיט זיך און יעקבן און יוחנן, און האט אנגעהויבן צו ציטערן און פלאטערן.

[34] און ער זאגט צו זיי: מיין נפש איז זייער באטריבט, ביז צום טויט; בלייבט דא, און וואכט!

[35] און ער איז געגאנגען אביסל ווייטער, און איז אנידערגעפאלן אויף דער ערד, און האט תפילה געטאן, אז, אויב מעגלעך, די שעה זאל אים פאראיבערגיין.

[36] און האט געזאגט: אבא, פאטער, אלץ איז מעגלעך פאר דיר; נעם פון מיר אוועק דעם דאזיקן בעכער! דאך נישט וואס איך וויל, נאר וואס דו ווילסט.

[37] און ער קומט, און געפינט זיי שלאפן, און זאגט צו פעטרוסן: שמעון, דו שלאפסט? ביסט נישט אימשטאנד געווען איין שעה וואך צו בלייבן?

[38] וואכט און טוט תפילה, כדי איר זאלט נישט קומען צו קיין נסיון; דער גייסט איז טאקע וויליק, דאס פלייש איז אבער שוואך!

[39] און ער איז ווידער אוועקגעגאנגען, און תפילה געטאן, זאגנדיק די זעלביקע ווערטער.

[40] און ווען ער איז צוריקגעקומען, האט ער זיי ווידער געפונען שלאפן, ווארום זייערע אויגן זענען געווען שווער; און זיי האבן נישט געוואוסט וואס אים צו ענטפערן.

[41] און ער קומט צום דריטן מאל, און זאגט צו זיי: שלאפט ווייטער, און רוט זיך אויס! עס איז גענוג; עס איז געקומען די שעה; זע, דער בר אנש ווערט איבערגעגעבן צו חוטאים אין די הענט אריין.

[42] שטייט אויף, לאמיר גיין; זע, מיין פאררעטער איז שוין נאענט!

[43] און גלייך, בשעת ער האט נאך גערעדט, קומט יהודה, איינער פון די צוועלף, און מיט אים א המון מיט שווערדן און שטאנגען, פון די הויפט כהנים און סופרים און זקנים.

[44] און זיין פאררעטער האט זיי געגעבן א צייכן, אזוי צו זאגן: וועמען איך וועל א קוש טאן, דער איז עס; נעמט אים, און פירט אים אפ זיכער.

[45] און ווען ער איז געקומען, איז ער גלייך צוגעגאנגען צו אים, און זאגט: רבי! און האט אים געקושט.

[46] און זיי האבן ארויפגעלייגט די הענט אויף אים, און האבן אים געפאנגען גענומען.

[47] איינער אבער פון די, וואס זענען געשטאנען דערביי האט ארויסגעצויגן די שווערד, און געשלאגן דעם כהן גדולס קנעכט, און אים אפגעהאקט אן אויער.

[48] און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: ווי קעגן א רויבער זענט איר ארויסגעקומען מיט שווערדן און שטאנגען מיך צו כאפן.

[49] טאג אויס טאג איין בין איך געווען ביי אייך אינם בית המקדש און געלערנט, און איר האט מיך נישט געפאנגען גענומען; נאר (עס איז) כדי די כתבי (הקודש) זאלן דערפילט ווערן.

[50] און אלע האבן אים פארלאזן, און זענען אנטלאפן.

[51] און א יינגל איז אים נאכגעגאנגען, איינגעהילט אין א ליילעך אויפן בלויזן לייב, און זיי כאפן אים;

[52] ער אבער האט איבערגעלאזט דאס ליילעך, און איז אנטלאפן א נאקעטער.

[53] און זיי האבן אוועקגעפירט יהושען/ישוען צום כהן גדול; און עס האבן זיך ביי אים פארזאמלט אלע הויפט כהנים און די זקנים און די סופרים.

[54] און פעטרוס האט אים נאכגעפאלגט פונדערווייטנס, ביז אינעווייניק אריין אין דעם הויף פון דעם כהן גדול; און איז געזעסן מיט די משרתים און האט זיך געווארעמט ביים פייער.

[55] און די הויפט כהנים און דאס גאנצע סנהדרין האבן געזוכט אן עדות זאגן קעגן יהושען/ישוען, כדי אים צו טייטן; און האבן נישט געפונען.

[56] ווארום א סך האבן פאלש עדות געזאגט קעגן אים, און זייערע עדות האבן נישט איבעראיינגעשטימט.

[57] און אייניקע זענען אויפגעשטאנען, און האבן פאלש עדות געזאגט קעגן אים, אזוי צו זאגן:

[58] מיר האבן אים געהערט זאגן: איך וועל צעשטערן דעם דאזיקן היכל, וואס איז מיט הענט געמאכט געווארן. און אין דריי טעג וועל איך אויפבויען אן אנדערן, וואס איז נישט געמאכט מיט הענט.

[59] און אפילו אזוי האט זייער עדות זאגן נישט איבעראיינגעשטימט.

[60] און דער כהן גדול האט זיך אויפגעשטעלט אין דער מיט, און געפרעגט יהושען/ישוען, אזוי צו זאגן: דו ענטפערסט גארנישט אויף דעם, וואס די דאזיקע זאגן עדות קעגן דיר?

[61] און ער האט געשוויגן, און גארנישט געענטפערט. דער כהן גדול האט אים ווידער געפרעגט, און זאגט צו אים; ביסטו דער משיח, דער זון פון הקדוש ברוך הוא?

[62] און יהושע/ישוע האט געזאגט: איך בין; און איר וועט זען דעם בר אנש זיצן אויף דער רעכטער זייט פון דער גבורה, און קומען מיט די וואלקנס פון הימל. (תהלים קי, א; דניאל ז, יג.)

[63] און דער כהן גדול האט צעריסן זיינע קליידער, און זאגט: וואס דארפן מיר נאך האבן עדות?

[64] איר האט דאך געהערט די לעסטערונג. וואס איז אייער מיינונג? און אלע האבן אים פארמשפט, אז ער איז חייב מיתה.

[65] און אייניקע האבן אנגעהויבן צו שפייען אויף אים, און צו באדעקן אים דאס פנים, און צו שלאגן אים מיט די פויסטן, און צו זאגן צו אים: זאג נבואה! אויך די משרתים האבן אים עמפאנגען מיט פעטש. (ישעיהו נ, ו.)

[66] און בשעת פעטרוס איז געווען אונטן אין הויף, קומט איינע פון דעם כהן גדולס דינסטמוידן;

[67] און ווי זי האט דערזען פעטרוסן זיך ווארעמען, האט זי אויף אים א קוק געטאן, און זאגט: אויך דו ביסט געווען מיט דעם פון נצרת, דעם יהושע/ישוע!

[68] ער אבער האט געלייקנט, אזוי צו זאגן: נישט איך ווייס, נישט איך פארשטיי וואס דו זאגסט. און ער איז ארויסגעגאנגען אינדרויסן צום פאדערהויז; און א האן האט געקרייט.

[69] און די דינסטמויד האט אים געזען, און האט ווידער אנגעהויבן צו זאגן צו די, וואס זענען דארט געשטאנען: דער דאזיקער איז איינער פון זיי!

[70] ער אבער האט נאכאמאל געלייקנט. און אביסל שפעטער האבן די, וואס זענען דארט געשטאנען, ווידער געזאגט צו פעטרוסן: דו ביסט זיכער איינער פון זיי; ווארום דו ביסט אויך א גלילי.

[71] און ער האט אנגעהויבן צו פלוכן, און צו שווערן: איך קען נישט דעם דאזיקן מענטשן, פון וועמען איר רעדט!

[72] און באלד האט א האן צום צווייטן מאל געקרייט. און פעטרוס האט זיך דערמאנט דאס ווארט, ווי יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: איידער א האן וועט צוויימאל קרייען, וועסטו מיך דריימאל פארלייקענען. און ער האט עס זיך גענומען צום הארצן, און זיך צעוויינט.

מארקוס — Chapters