Skip to content
Opens in a new window
Listen to this chapter • 10:23

[1] דאס איז דער אנהויב פון דער בשורה טובה פון יהושע/ישוע המשיח, דעם זון פון דער אויבערשטער.

[2] לויט ווי עס שטייט געשריבן אין ישעיהו הנביא: זע, איך שיק מיין שליח פאר דיין פנים, ער וועט צוגרייטן דיין וועג; (מלאכי ג, א.)

[3] א קול פון איינעם, וואס רופט אויס אין דער מדבר: מאכט פארטיק דעם הארס וועג, גלייכט אויס זיינע שטעגן! (ישעיהו מ, ג.)

[4] יוחנן איז געקומען, וואס האט טובל געווען אין דער מדבר, אויסרופנדיק א מקווה פון תשובה צו דער פארגעבונג פון זינד.

[5] און עס איז ארויסגעגאנגען צו אים דאס גאנצע לאנד יהודה, און אלע לייט פון ירושלים; און זענען געטובלט געווארן אין א מקווה פון אים אין דעם טייך ירדן, און האבן זיך מתוודה געווען אויף זייערע זינד.

[6] און דער יוחנן איז געווען אנגעטאן אין קעמל האר, און א לעדערנער גארטל ארום זיינע לענדן, און האט געגעסן היישעריקן און ווילדן האניק.

[7] און ער האט אויסגערופן, אזוי צו זאגן: עס קומט נאך מיר דער, וואס איז שטארקער פון מיר; וואס איך בין נישט ווערט זיך איינצובייגן און אויפצובינדן דאס שנירל פון זיינע שיך.

[8] איך האב אייך טובל געווען מיט וואסער אין א מקווה, ער אבער וועט אייך טובל זיין אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש.

[9] און עס איז געשען, אין יענע טעג איז יהושע/ישוע געקומען פון נצרת אין גליל, און איז געטובלט געווארן אין א מקווה פון יוחנן אינם ירדן.

[10] און גלייך ווי ער איז ארויסגעשטיגן אויס דעם וואסער, האט ער געזען דעם הימל געשפאלטן, און דעם גייסט ווי א טויב אראפשוועבן אויף אים;

[11] און עס איז געקומען א קול אויס דעם הימל: דו ביסט מיין געליבטער זון, אין דיר האב איך א וואוילגעפעלן!

[12] און גלייך טרייבט אים דער גייסט אין דער מדבר אריין.

[13] און ער איז געווען אין דער מדבר פערציק טעג, ווערנדיק אויסגעפרואווט פונם שׂטן; און איז געווען מיט די ווילדע חיות; און די מלאכים האבן אים באדינט.

[14] און נאך דעם ווי יוחנן איז איבערגעגעבן געווארן, איז יהושע/ישוע געקומען קיין גליל, און האט אויסגערופן די בשורה טובה פון ה׳,

[15] און געזאגט: די צייט איז שוין דערפילט, און דאס קעניגרייך פון ה׳ האט זיך דערנענטערט; טוט תשובה, און גלויבט אין דער גוטער בשורה!

[16] און פארבייגייענדיק ביים ים פון גליל, האט ער געזען שמעונען און אנדריי שמעונס ברודער ווארפן א נעץ אין ים אריין; ווארום זיי זענען געווען פישערלייט.

[17] און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: קומט, פאלגט מיר נאך, און איך וועל אייך מאכן צו ווערן פישערס פון מענטשן!

[18] און גלייך האבן זיי פארלאזט די נעצן און האבן אים נאכגעפאלגט.

[19] און גייענדיק אביסל ווייטער, האט ער געזען יעקב בן זבדי און יוחנן זיין ברודער, אויך זיי זענען געווען אינם שיפל פארריכטנדיק די נעצן.

[20] און גלייך האט ער זיי גערופן; און זיי האבן פארלאזט זייער פאטער זבדי און דעם שיפל צוזאמען מיט די טאג לוינער, און זענען אוועק נאך אים.

[21] און זיי זענען געגאנגען קיין כפר‑נחום; און גלייך שבת איז ער אריינגעגאנגען אין דער שול און האט געלערנט.

[22] און מען האט געשטוינט איבער זיין תורה; ווארום ער האט זיי געלערנט ווי איינער, וואס האט מאכט, און נישט ווי די סופרים.

[23] און גראד איז אין זייער שול געווען א מענטש מיט אן אומריינעם גייסט; און ער האט א געשריי געטאן,

[24] אזוי צו זאגן: וואס האבן מיר מיט דיר, יהושע/ישוע פון נצרת? דו ביסט געקומען אונדז צו פארטיליקן! איך ווייס ווער דו ביסט: דער קדוש אלקים.

[25] און יהושע/ישוע האט אויף אים אנגעשריגן, אזוי צו זאגן: שווייג, און גיי ארויס פון אים!

[26] און דער אומריינער גייסט האט אים א ריס געטאן, האט געשריגן מיט א הויך קול און איז פון אים ארויס.

[27] און אלע זענען אזוי דערשטוינט געווארן, אז זיי האבן דאס איבערגעפרעגט צווישן זיך, אזוי צו זאגן: וואס איז דאס דאזיקע? א נייע לערנונג מיט מאכט! אפילו די אומריינע גייסטער באפעלט ער, און זיי געהארכן אים.

[28] און גלייך האט זיך זיין שם פארשפרייט אומעטום אין דער גאנצער געגנט ארום גליל.

[29] און גלייך ווי זיי זענען ארויסגעקומען פון דער שול, זענען זיי אריינגעגאנגען אינם הויז פון שמעון און אנדריי, צוזאמען מיט יעקבן און יוחנן.

[30] שמעונס שוויגער אבער איז געלעגן קראנק מיט א פיבער; און זיי האבן אים תיכף געזאגט וועגן איר.

[31] און ער איז צוגעגאנגען און האט זי אנגענומען ביי דער האנט, און זי אויפגעשטעלט; און דאס פיבער איז פון איר אוועק, און זי האט זיי באדינט.

[32] און ווען עס איז געווארן אוונט, ווען די זון איז אונטערגעגאנגען, האט מען געברענגט צו טראגן צו אים אלע קראנקע, און באזעסענע מיט בייזע גייסטער.

[33] און די גאנצע שטאט איז זיך צוזאמענגעקומען ביי דער טיר.

[34] און ער האט געהיילט א סך, וואס האבן געהאט פארשיידענע קראנקייטן, און פיל בייזע גייסטער האט ער ארויסגעטריבן; און האט די בייזע גייסטער נישט געלאזט רעדן, ווייל זיי האבן אים געקענט.

[35] און אינדערפרי, בשעת עס איז נאך געווען זייער טונקל, איז ער אויפגעשטאנען, איז ארויסגעגאנגען און איז אוועק אויף א וויסט ארט, און האט דארט תפילה געטאן.

[36] און שמעון און די, וואס זענען געווען ביי אים, האבן נאכגעאיילט נאך אים;

[37] און האבן אים געפונען, און זאגן צו אים: אלע זוכן דיך!

[38] און ער זאגט צו זיי: לאמיר גיין ערגעץ אנדערשוואו אין די שכנותדיקע שטעטלעך אריין, כדי איך זאל אויך דארטן דרשענען; ווארום דערצו בין איך געקומען.

[39] און ער איז געגאנגען און האט אויסגערופן אין זייערע שולן אין גאנץ גליל און האט ארויסגעטריבן די בייזע גייסטער.

[40] און א מצורע איז געקומען צו אים, האט אים געבעטן, און איז אנידערגעפאלן פאר אים אויף די קני און געזאגט צו אים: אויב דו ווילסט, קענסטו מיך ריין מאכן!

[41] און ער האט זיך דערבארעמט, האט אויסגעשטרעקט די האנט, האט אים אנגערירט און זאגט צו אים: איך וויל; זיי ריין!

[42] און גלייך איז די צרעת פון אים אוועק, און ער איז געווארן ריין.

[43] און ער האט שארף צו אים גערעדט, האט אים תיכף אוועקגעשיקט,

[44] און זאגט צו אים: גיב אכטונג, זאלסט קיינעם גארנישט זאגן; נאר גיי ווייז דיך דעם כהן, און ברענג א קרבן פאר דיין רייניקונג, וואס משה האט געבאטן, פאר אן עדות צו זיי (ויקרא יד, א-לב.)

[45] ער אבער איז ארויסגעגאנגען, און האט אנגעהויבן א סך דערפון צו דערציילן, און צו פארשפרייטן די זאך, אז ער האט שוין מער נישט געקענט אפן אריינגיין אין א שטאט, נאר איז געווען אינדרויסן אין מדבריותדיקע ערטער; און מען איז געקומען צו אים פון אומעטום.

מארקוס — Chapters