Skip to content
Opens in a new window
Listen to this chapter • 4:36

[1] און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:

[2] באַפֿעל אַהרֹנען און זײַנע זין, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז דער דין פֿון דעם בראַנדאָפּפֿער: דאָס איז דאָס װאָס גײט אַרױף אױפֿן בראַנד אױפֿן מזבח אױף אַ גאַנצע נאַכט ביז אין דער פֿרי; און דאָס פֿײַער פֿון מזבח זאָל געהאַלטן װערן אין ברענען דערױף.

[3] און דער כּהן זאָל אָנטאָן זײַן לײַנען קלײד, און לײַנענע הױזן זאָל ער אָנטאָן אױף זײַן לײַב; און ער זאָל אַראָפּנעמען די אַש אױף װאָס דאָס פֿײַער האָט פֿאַרצערט דאָס בראַנדאָפּפֿער אױפֿן מזבח, און ער זאָל עס אַהינטאָן לעבן מזבח.

[4] און ער זאָל אױסטאָן זײַנע קלײדער, און אָנטאָן אַנדערע קלײדער, און אַרױסטראָגן די אַש אױסן לאַגער אין אַ רײנעם אָרט.

[5] און דאָס פֿײַער אױפֿן מזבח זאָל געהאַלטן װערן אין ברענען דערױף, עס זאָל נישט פֿאַרלאָשן װערן. און דער כּהן זאָל אָנצינדן דערױף האָלץ פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן; און ער זאָל אױסלײגן דערױף דאָס בראַנדאָפּפֿער, און דעמפֿן דערױף דאָס פֿעטס פֿון די פֿרידאָפּפֿער.

[6] אַ פֿײַער זאָל תּמיד געהאַלטן װערן אין ברענען אױפֿן מזבח; עס זאָל נישט פֿאַרלאָשן װערן.

[7] און דאָס איז דער דין פֿון דעם שפּײַזאָפּפֿער: די קינדער פֿון אַהרֹן זאָלן עס גענענען פֿאַר ה׳ פֿאָרנט פֿון מזבח.

[8] און ער זאָל אַראָפּנעמען דערפֿון מיט זײַן הױפֿן: פֿון דעם זעמלמעל פֿון דעם שפּײַזאָפּפֿער, און פֿון זײַן אײל, און דעם גאַנצן װײַרעך װאָס אױפֿן שפּײַזאָפּפֿער; און ער זאָל דעמפֿן זײַן דערמאָנונג אױפֿן מזבח פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳.

[9] און דאָס איבעריקע פֿון אים זאָלן עסן אַהרֹן און זײַנע זין; אומגעזײַערט זאָל עס געגעסן װערן, אין אַ הײליקן אָרט; אין הױף פֿון אוֹהל-מוֹעד זאָלן זײ עס עסן.

[10] עס זאָל נישט געבאַקט װערן געזײַערט. פֿאַר זײער חלק האָב איך דאָס זײ געגעבן פֿון מײַנע פֿײַעראָפּפֿער; אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס, אַזױ װי דאָס זינדאָפּפֿער, און אַזױ װי דאָס שולדאָפּפֿער.

[11] יעטװעדער מאַנספּאַרשױן צװישן די קינדער פֿון אַהרֹן מעג עס עסן; אַן אײביק רעכט אױף אײַערע דור-דורות פֿון די פֿײַעראָפּפֿער פֿון ה׳; אַלץ װאָס װעט זיך אָנרירן אָן דעם זאָל װערן הײליק.

[12] און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:

[13] דאָס איז דער קָרבָּן פֿון אַהרֹנען און זײַנע זין, װאָס זײ זאָלן מקריבֿ זײַן צו ה׳ אין דעם טאָג װאָס ער װערט געזאַלבט: אַ צענטל אֵיפֿה זעמלמעל פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער תּמיד, אַ העלפֿט דערפֿון אין דער פֿרי, און אַ העלפֿט דערפֿון אין אָװנט.

[14] אױף אַ באַקפֿאַן, מיט אײל, זאָל עס געמאַכט װערן; גוט אָפּבריען זאָלסטו עס ברענגען; אַ געבאַקט שפּײַזאָפּפֿער אין בראָקן זאָלסטו עס מקריבֿ זײַן פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳.

[15] און דער כּהן װאָס איז דער געזאַלבטער אױף זײַן אָרט פֿון צװישן זײַנע זין, זאָל עס מאַכן; אַן אײביק געזעץ; אין גאַנצן צו ה׳ זאָל עס געדעמפֿט װערן.

[16] און יעטװעדער שפּײַזאָפּפֿער פֿון אַ כּהן זאָל אין גאַנצן פֿאַרברענט װערן; עס זאָל נישט געגעסן װערן.

[17] און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:

[18] רעד צו אַהרֹנען און צו זײַנע זין, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז דער דין פֿון דעם זינדאָפּפֿער: אין דעם אָרט װוּ דאָס בראַנדאָפּפֿער װערט געשאָכטן, זאָל געשאָכטן װערן דאָס זינדאָפּפֿער פֿאַר ה׳; אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס.

[19] דער כּהן װאָס ברענגט עס אױף פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער זאָל עס עסן; אין אַ הײליקן אָרט זאָל עס געגעסן װערן, אין הױף פֿון אוֹהל-מוֹעד.

[20] אַלץ װאָס װעט זיך אָנרירן אָן זײַן פֿלײש, זאָל װערן הײליק; און אױב עס װעט אַרױפֿשפּריצן פֿון זײַן בלוט אױף אַ בגד, זאָלסטו דאָס אױף װאָס עס װעט אַרױפֿשפּריצן, װאַשן אין אַ הײליקן אָרט.

[21] און די לײמענע כּלי װאָס זינדאָפּפֿער װערט געקאָכט װערן דערין, זאָל צעבראָכן װערן; און אױב עס װערט געקאָכט אין אַ קופּערנע כּלי, זאָל זי אױסגעשײַערט װערן, און אױסגעשװענקט װערן מיט װאַסער.

[22] יעטװעדער מאַנספּאַרשױן צװישן די כּהנים מעג דאָס עסן; אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס.

[23] אָבער קײן זינדאָפּפֿער, װאָס פֿון זײַן בלוט װערט געבראַכט אין אוֹהל-מוֹעד כּדי מכַפּר צו זײַן אין הײליקטום, זאָל נישט געגעסן װערן; אין פֿײַער זאָל עס פֿאַרברענט װערן.

וַיִּקְרָא — Chapters