Skip to content
Opens in a new window
Listen to this chapter • 4:20

[1] און אַז עמיצער װעט ברענגען אַ שפּײַזאָפּפֿער צו ה׳, זאָל זײַן קָרבָּן זײַן פֿון זעמלמעל, און ער זאָל אַרױסגיסן אױף אים אײל, און אַרױפֿטאָן אױף אים װײַרעך.

[2] און ער זאָל עס ברענגען צו די קינדער פֿון אַהרֹן, די כּהנים; און ער זאָל אָנהױפֿן דערפֿון זײַן פֿולן הױפֿן – פֿון זײַן זעמלמעל, און פֿון זײַן אײל, מיט זײַן גאַנצן װײַרעך, און דער כּהן זאָל דעמפֿן זײַן דערמאָנונג אױפֿן מזבח, אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳.

[3] און דאָס איבעריקע פֿון דעם שפּײַזאָפּפֿער איז פֿאַר אַהרֹנען און פֿאַר זײַנע קינדער; אַ הײליקסטע הײליקײט פֿון די פֿײַעראָפּפֿער פֿון ה׳.

[4] און אַז דו װעסט ברענגען אַ שפּײַזאָפּפֿער געבאַקן אין אַן אױװן, זאָל עס זײַן פֿון זעמלמעל, אומגעזײַערטע חלות פֿאַרמישט מיט אײל, אָדער אומגעזײַערטע קוכנס באַשמירט מיט אײל.

[5] און אױב אַ שפּײַזאָפּפֿער אױף אַ באַקפֿאַן איז דײַן קָרבָּן, זאָל עס זײַן פֿון זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, אומגעזײַערט.

[6] זאָלסט עס צעבראָקן אין בראָקן, און אַרױסגיסן דערױף אײל; אַ שפּײַזאָפּפֿער איז דאָס.

[7] און אױב אַ שפּײַזאָפּפֿער אין אַ בראָטפֿאַן איז דײַן קָרבָּן, זאָל עס געמאַכט װערן פֿון זעמלמעל מיט אײל.

[8] און זאָלסט ברענגען דאָס שפּײַזאָפּפֿער װאָס װערט געמאַכט פֿון די דאָזיקע, צו ה׳; און מע זאָל עס דערלאַנגען צום כּהן, און ער זאָל עס גענענען צום מזבח.

[9] און דער כּהן זאָל אַראָפּהײבן פֿון דעם שפּײַזאָפּפֿער זײַן דערמאָנונג, און דעמפֿן אױפֿן מזבח – אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳.

[10] און דאָס איבעריקע פֿון דעם שפּײַזאָפּפֿער איז פֿאַר אַהרֹנען און פֿאַר זײַנע קינדער; אַ הײליקסטע הײליקײט פֿון די פֿײַעראָפּפֿער פֿון ה׳.

[11] קײן שפּײַזאָפּפֿער װאָס איר װעט ברענגען צו ה׳, זאָל נישט געמאַכט װערן פֿון חמץ, װאָרעם פֿון קײן זױערטײג און קײן האָניק טאָרט איר נישט דעמפֿן אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳.

[12] פֿאַר אַ קָרבָּן פֿון ערשטפֿרוכט מעגט איר זײ ברענגען צו ה׳, אָבער אױפֿן מזבח טאָרן זײ נישט אַרױפֿקומען פֿאַר אַ געשמאַקן ריח.

[13] און דײַן איטלעך שפּײַזאָפּפֿער זאָלסטו מיט זאַלץ באַזאַלצן, און זאָלסט נישט אױסלאָזן פֿון דײַן שפּײַזאָפּפֿער דאָס זאַלץ פֿון דײַן ג-טס ברית; מיט דײַן איטלעכן קָרבָּן זאָלסטו מקריבֿ זײַן זאַלץ.

[14] און אױב דו װעסט ברענגען אַ שפּײַזאָפּפֿער פֿון ערשטצײַטיקע צו ה׳, זאָלסטו ברענגען זאַנגען געברענט אין פֿײַער, גרעס פֿון פֿרישע קערנער, פֿאַר דעם שפּײַזאָפּפֿער פֿון דײַנע ערשטצײַטיקע.

[15] און זאָלסט אַרױפֿגיסן אױף אים אײל, און אַרױפֿטאָן אױף אים װײַרעך; אַ שפּײַזאָפּפֿער איז דאָס.

[16] און דער כּהן זאָל דעמפֿן זײַן דערמאָנונג, פֿון זײַן גריץ, און פֿון זײַן אײל, מיט זײַן גאַנצן װײַרעך, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳.

וַיִּקְרָא — Chapters