Skip to content
Opens in a new window
Listen to this chapter • 4:12

[1] און אױב אַ פֿרידאָפּפֿער איז זײַן קָרבָּן, אױב ער ברענגט פֿון רינדער, סײַ אַ זָכר, סײַ אַ נקבֿה, זאָל ער אָן אַ פֿעלער אים ברענגען פֿאַר ה׳.

[2] און ער זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון זײַן קָרבָּן, און אים שעכטן בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און די קינדער פֿון אַהרֹן, די כּהנים, זאָלן שפּרענגען דאָס בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום.

[3] און ער זאָל גענענען פֿון דעם פֿרידאָפּפֿער, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳, דאָס פֿעטס װאָס דעקט צו די אינגעװײד, און דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס אױף די אינגעװײד,

[4] און בײדע נירן, און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ, װאָס בײַ די פֿלאַנקען, און דאָס רױטפֿלײש איבערן לעבער – בײַ די נירן זאָל ער עס אַראָפּנעמען.

[5] און די קינדער פֿון אַהרֹן זאָלן עס דעמפֿן אױפֿן מזבח איבער דעם בראַנדאָפּפֿער װאָס אױפֿן האָלץ װאָס איבערן פֿײַער, אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳.

[6] און אױב פֿון קלײנפֿי איז זײַן קָרבָּן פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער צו ה׳, אַ זָכר אָדער אַ נקבֿה, זאָל ער אָן אַ פֿעלער אים ברענגען.

[7] אױב אַ שעפּס ברענגט ער פֿאַר זײַן קָרבָּן, זאָל ער אים גענענען פֿאַר ה׳.

[8] און ער זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון זײַן קָרבָּן, און אים שעכטן פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד; און די קינדער פֿון אַהרֹן זאָלן שפּרענגען זײַן בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום.

[9] און ער זאָל גענענען פֿון דעם פֿרידאָפּפֿער, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳, זײַן פֿעטס, דעם גאַנצן װײדל – לעבן דעם רוקנבײן זאָל ער אים אַראָפּנעמען – און דאָס פֿעטס װאָס דעקט צו די אינגעװײד, און דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס אױף די אינגעװײד,

[10] און בײדע נירן, און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ, װאָס בײַ די פֿלאַנקען, און דאָס רױטפֿלײש איבערן לעבער – בײַ די נירן זאָל ער עס אַראָפּנעמען

[11] און דער כּהן זאָל עס דעמפֿן אױפֿן מזבח, אַ שפּײַז פֿון פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳.

[12] און אױב אַ ציג איז זײַן קָרבָּן, זאָל ער אים גענענען פֿאַר ה׳.

[13] און ער זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױף זײַן קאָפּ, און אים שעכטן פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד; און די קינדער פֿון אַהרֹן זאָלן שפּרענגען זײַן בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום.

[14] און ער זאָל גענענען דערפֿון זײַן קָרבָּן, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳: דאָס פֿעטס װאָס דעקט צו די אינגעװײד, און דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס אױף די אינגעװײד,

[15] און בײדע נירן, און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ, װאָס בײַ די פֿלאַנקען, און דאָס רױטפֿלײש איבערן לעבער – בײַ די נירן זאָל ער עס אַראָפּנעמען.

[16] און דער כּהן זאָל עס דעמפֿן אױפֿן מזבח – אַ שפּײַז פֿון פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח; דאָס גאַנצע פֿעטס צו ה׳.

[17] אַן אײביק געזעץ אױף אײַערע דור-דורות אין אַלע אײַערע װױנערטער: קײן חֵלבֿ און קײן בלוט זאָלט איר נישט עסן.

וַיִּקְרָא — Chapters