[1] נאכדעם ווי ה׳ האט פארצייטנס אין אפט מאל און אויף פארשיידענע אופנים גערעדט צו אונדזערע אבות אין די נביאים,
[2] האט ער אין די דאזיקע לעצטע טעג גערעדט צו אונדז אינם זון, וועמען ער האט באשטימט פאר א יורש פון אלעם, דורך וועמען ער האט אויך באשאפן די וועלטן,
[3] וועלכער, זייענדיק די אפשפיגלונג פון זיין הערלעכקייט און דאס אויסדריקלעכע געשטאלט פון זיין מהות, און האלט אויף אלץ מיט דעם ווארט פון זיין מאכט, ווען ער האט געמאכט א רייניקונג פון אונדזערע זינד דורך זיך אליין, האט זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון דער (ג‑טלעכער) מאיעסטעט אין די הויכקייטן;
[4] ווערנדיק אויף אזויפיל דערהויבענער פון די מלאכים אויף וויפל דער נאמען, וועלכן ער האט געירשנט, איז חשובער פון זיי.
[5] ווארום צו וועמען פון די מלאכים האט ער ווען נישט איז געזאגט: דו ביסט מיין זון, איך האב דיך היינט געבוירן? (תהלים ב, ז.) און ווידער: איך וועל זיין צו אים א פאטער, און ער וועט זיין צו מיר א זון? (שמואל ב ז, יד.)
[6] און ווידער, ווען ער ברענגט אריין דעם בכור אין דער וועלט, זאגט ער: און זאלן זיך צו אים בוקן אלע מלאכים פון ה׳. (תהלים צז, ז.)
[7] און בנוגע די מלאכים זאגט ער: ער מאכט זיינע מלאכים ווינטן און זיינע משרתים—א פלאם פייער; (תהלים קד, ד.)
[8] אבער אין באצוג אויף דעם זון: דיין טראן, אָ ג‑ט, איז פון אייביקייט ביז אייביקייט, און א סקעפטער פון יושר איז דער סקעפטער פון דיין קעניגרייך.
[9] דו האסט ליב געהאט גערעכטיקייט און געהאסט רשעות, צוליב דעם האט דיך ג‑ט דיין ג‑ט געזאלבט מיטן אייל פון פרייד איבער דיינע חברים. (תהלים מה, ז, ח.)
[10] און דו, האר, האסט אין אנהויב געגרונטפעסטיקט די ערד, און די הימלען זענען די ווערק פון דיינע הענט;
[11] זיי וועלן פארלוירן ווערן, אבער דו בלייבסט; און אלע וועלן אלט ווערן, ווי א קלייד,
[12] און ווי א מאנטל וועסטו זיי איינוויקלען און זיי וועלן פארביטן ווערן, אבער דו ביסט (אלעמאל) דער זעלביקער, און דיינע יארן וועלן ער נישט אויפהערן. (תהלים קב, כו-כח.)
[13] אבער צו וועמען פון די מלאכים האט ער ווען נישט איז געזאגט: זיץ ביי מיין רעכטער זייט, ביז איך וועל אנידערלייגן דיינע פיינט פאר א פוסבענקעלע צו דיינע פיס? (תהלים קי, א.)
[14] צי זענען זיי דען נישט אלע רוחות משרתים, וואס ווערן געשיקט צו דינען די, וועלכע וועלן ירשענען די גאולה?