Skip to content
Opens in a new window
Listen to this chapter • 4:48

[1] פוילוס, א געפאנגענער פונם משיח יהושע/ישוע, און טימאטעוס דער ברודער, צו פילעמאן דעם געליבטן (מאן) און אונדזער מיטארבעטער,

[2] און צו אפפיא אונדזער שוועסטער, און צו ארכיפוסן אונדזער מיטזעלנער, און צו דער קהלה אין דיין הויז:

[3] חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט אונדזער פאטער און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח.

[4] איך דאנק ה׳ אין יעדער צייט, דערמאנענדיק דיך אין מיינע תפילות,

[5] ווייל איך האב געהערט פון דיין ליבע און דער אמונה, וואס דו האסט צום האר יהושע/ישוע און צו אלע הייליקע;

[6] כדי די חברותאשאפט פון דיין אמונה זאל ווערן ווירקזאם אין דער דערקענטעניש פון אלעם גוטן, וואס איז אין אונדז, צום משיח.

[7] ווארום איך האב געהאט א גרויסע פרייד און טרייסט איבער דיין ליבע, ווייל די הערצער פון די קדושים זענען דערקוויקט געווארן דורך דיר, מיין ברודער.

[8] דעריבער, הגם איך האב די פולע פרייהייט אינם משיח דיר צו באפעלן וואס איז רעכט,

[9] (דאך) צוליב דער ליבע, וועל איך ליבער בעטן, אזעלכער בין איך, פוילוס דער זקן, און איצט אויך א געפאנגענער פונם משיח יהושע/ישוע;

[10] איך בעט דיך פאר מיין זון, וועלכן איך האב געבוירן אין מיינע קייטן, פאר אנעסימוסן,

[11] וואס אמאל איז ער פאר דיר געווען אומנוצלעך, איצט אבער זייער נוצלעך סאי פאר דיר סאי פאר מיר;

[12] איך האב אים צוריקגעשיקט צו דיר, אים אליין, דאס הייסט מיין הארץ;

[13] איך האב אים גערן געוואלט האלטן ביי מיר, כדי ער, אלס דיין פארטרעטער, זאל מיר דינען אין די קייטן פון דער בשורה טובה;

[14] אָן דיין וויסן אבער האב איך גארנישט געוואלט טאן; כדי דיין טובה זאל נישט זיין געצוואונגען, נאר פון גוטן ווילן.

[15] ווארום אפשר האט ער זיך צוליב דעם אפגעשיידט (פון דיר) לפי שעה, כדי דו זאלסט אים באקומען אויף אייביק;

[16] נישט מער ווי א קנעכט, נאר העכער פון א קנעכט, ווי א געליבטן ברודער, איבערהויפט פאר מיר, און וויפל מער פאר דיר סאי אין דעם פלייש סאי אין דעם האר.

[17] אויב דעריבער דו האלטסט מיך פאר א חבר, נעם אים אויף ווי מיך אליין.

[18] און אויב ער האט דיך עפעס באעוולט, אדער איז דיר שולדיק, רעכן דאס דאזיקע מיר צו;

[19] איך, פוילוס, האב עס געשריבן מיט מיין אייגענער האנט, איך וועל עס אפצאלן; הגם איך זאג דיר נישט, אז דו ביסט אפילו דיך אליין מיר שולדיק.

[20] יא, מיין ברודער, לאז מיך א הנאה האבן פון דיר אינם האר; דערקוויק מיין הארץ אין דעם משיח.

[21] איבערצייגט פון דיין געהארכזאמקייט, האב איך געשריבן צו דיר, ווייל איך ווייס, אז דו וועסט טאן מער ווי איך זאג.

[22] און אין דער זעלביקער צייט גרייט אויך צו פאר מיר א גאסטשטיבל; ווארום איך האף, אז דורך אייערע תפילות, וועל איך געשענקט ווערן צו אייך.

[23] עפאפראס, מיין מיטגעפאנגענער אינם משיח יהושע/ישוע, לאזט דיר אפגעבן שלום,

[24] (אויך) מארקוס, אריסטארכוס, דעמאס, לוקאס, מיינע מיטארבעטער.

[25] זאל דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח זיין מיט אייער גייסט.