[1] דעריבער, הייליקע ברידער, חברים אינם הימלישן רוף, טראכט איבער דעם שליח און כהן גדול פון אונדזער אמונה, יהושען/ישוען,
[2] וואס איז געווען געטריי צו אים, וועלכער האט אים באשטימט, פונקט ווי אויך משה אין זיין גאנץ הויז.
[3] ווארום ער איז ראוי געווען אויף מער כבוד ווי משה, פונקט ווי דער, וואס האט געבויט א הויז, האט מער כבוד ווי דאס הויז אליין.
[4] ווארום יעדעס הויז איז פון עמיצן געבויט געווארן, אבער דער, וואס האט אלץ געבויט איז ה׳.
[5] און משה איז טאקע געווען געטריי אין זיין גאנץ הויז ווי א דינער, פאר אן עדות פון די זאכן, וואס האבן געזאלט גערעדט ווערן;
[6] אבער משיח, ווי א זון איבער זיין הויז; וועמעס הויז מיר זענען, אויב מיר וועלן האלטן פעסט דעם בטחון און דעם רום פון דער האפענונג ביז צום סוף.
[7] דעריבער, אזוי ווי דער רוח הקודש זאגט: היינט, אויב איר וועט הערן זיין קול,
[8] זאלט איר נישט הארט מאכן אייערע הערצער ווי אין מריבה, אין דעם טאג פון אויספרואוון אין דער מדבר,
[9] וואו אייערע אבות האבן מיך אויסגעפרואווט מיט נסיונות און געזען מיינע מעשים פערציק יאר לאנג.
[10] דעריבער האב איך געצארנט אויף דעם דאזיקן דור, און געזאגט: תמיד גייען זיי ארום מיט טועה אינם הארץ, און האבן נישט געקענט מיינע וועגן;
[11] אזוי האב איך געשוואוירן אין מיין צארן, אז זיי וועלן נישט אריינקומען אין מיין מנוחה אריין. (תהלים צה, ז-יא.)
[12] גיט זשע אכטונג, ברידער, טאמער איז פאראן אין איינעם פון אייך א בייז און אומגלויביק הארץ, אפפאלן פון דעם לעבעדיקן ג‑ט;
[13] נאר זייט מזהיר איינער דעם אנדערן יעדן טאג כל זמן עס הייסט נאך היום (היינט), כדי קיין איינער פון אייך זאל נישט פארהארטעוועט ווערן דורך דער פארפירערישקייט פון דער זינד;
[14] ווארום מיר זענען געווארן אנטיילנעמער אין דעם משיח, ווען מיר האלטן פעסט דעם אנהויב פון דעם בטחון ביז צום סוף;
[15] אזוי ווי עס איז געזאגט געווארן: היינט אויב איר וועט הערן זיין קול, זאלט איר נישט הארט מאכן אייערע הערצער ווי אין מריבה.
[16] ווארום ווער זענען די, וואס האבן געהערט און האבן געקריגט? צי דען נישט אלע, וואס זענען ארויסגעגאנגען פון מצרים דורך משהן?
[17] און קעגן וועמען האט ער געצארנט פערציק יאר לאנג? צי דען נישט קעגן די, וואס האבן געזינדיקט, וועמעס פגרים זענען געפאלן אין דער מדבר?
[18] און צו וועמען האט ער געשוואוירן, אז זיי וועלן נישט אריינקומען אין זיין מנוחה, אויב נישט צו די ווידערשפעניקע?
[19] און מיר זען, אז צוליב אומגלויבן האבן זיי נישט געקענט אריינקומען.